דערמאָנונג – קומעדיקן זונטיק!
Reminder – this Sunday!
מיר פֿאַרריכטן אויך דאָ אַ טעות מיט דער שעה! מ'האָט שוין גערוקט דעם זייגער אין אַמעריקע אויפֿן זומער־זייגער אָבער אין ישׂראל און אייראָפּע נאָך נישט. צוליב דעם איז די שעה אין אָט די ערטער פֿריִער מיט איין שעה. דאָ אונטן שטייט די ריכטיקע צײַט.
We are also correcting an error with the hour! Although the clocks in America have already been changed to Daylight Saving Time, they have not yet been changed in Israel and Europe. As a result the time in those locations is one hour earlier. The correct time is as stated below.
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיט דער פֿאָרשערין, זשורנאַליסטקע און קולטור־טוערין
בעלאַ בריקס־קלײַן
מיר וועלן רעדן וועגן ייִדיש אין ישׂראל, ספּעציעל איר חודשלעכע פּובליקאַציע „וואָס? ווען? וווּ?“, אַ בולעטין וואָס לאָזט וויסן אַלץ וואָס קומט פֿאָר אינעם קומעדיקן חודש אין ישׂראל בנוגע ייִדיש. מיר וועלן אויך רעדן וועגן איר טאַטן, דעם שרײַבער ירחמיאל בריקס, אין ליכט פֿון איר פֿאָרשאַרבעט, און ווערק וואָס זי האָט געשריבן וועגן אים. מיר וועלן אויך שמועסן וועגן אירע פֿאַרשידענע ראָלעס אין ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.
זונטיק, דעם 19טן מאַרץ 2023
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 17:00
פּאַריז: 18:00
ישׂראל: 19:00
רעגיסטרירט זיך אויפֿן ווײַטערדיקן לינק פֿון „איווענטברײַט“:
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק.
טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף
eli@leagueforyiddish.org
בעלאַ בריקס-קלײַן איז געבוירן געוואָרן אין שטאָקהאָלם. זי איז אַ טאָכטער פֿונעם פֿעיִקן חורבן־שרײַבער ירחמיאל בריקס. דער ייִוואָ און SAIH האָבן אַראָפּגעבראַכט זייער משפּחה קיין אַמעריקע, און אירע קינדער־יאָרן האָט זי פֿאַרבראַכט אין מאַנהעטן. זי האָט דערנאָך עולה געווען, און האָט פֿאַרענדיקט איר מאַגיסטער אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, מיט אַן אַרומנעמיקער טעזע וועגן איר טאַטנס לעבן און שריפֿטן וואָס ער האָט באַגראָבן אין, און שפּעטער געראַטעוועט פֿון, לאָדזשער געטאָ.
אין די לעצטע יאָרן האָט זי זיך אָפּגעגעבן מיטן ווײַטער פֿירן איר טאַטנס ווערק און פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע שפּראַך, קולטור און ליטעראַטור. הײַנט איז זי אַ קאָאָרדינאַטאָרשע אין „בית־שלום־עליכם“ אין תּל־אָבֿיבֿ. זי איז דער פֿאַרטרעטער פֿונעם ייִדישן „פֿאָרווערטס“ אין ישׂראל, און אינטערװיויִרערשע און איבערזעצערין בײַם „יד־ושם“, „CSU־חורבן־פֿונדאַציע“ (noitadnuoF haohS CSU), און בײַם טעאַטער „ייִדיש־שפּיל“. זי טרעט אויף מיט איר אַליין געשריבענער סאָלאָ־פֿאָרשטעלונג „מײַן טאַטנס טאָכטער“ אויף ייִדיש, ענגליש און העברעיִש. דאָרט, מיט אַרײַנגעפֿלאָכטענע ייִדישע לידער, ברענגט זי איר קול ווי אַ קינד פֿונעם צווייטן דור לעבן־געבליבענע ייִדן.