|
פֿרילינג 2024 / ערבֿ־פּסח תּשפּ״ד
ליבער גוטער־פֿרײַנד,
די פֿון אונדז וואָס האָבן יאָרן לאַנג פֿאַרבראַכט צווישן ייִדישע און, איבער הויפּט, ייִדישיסטישע יוגנט־באַוועגונגען און זומער־לאַגערן האָבן אָנגעהאַלטן די גאָר טײַערע זכרונות דערפֿון. געוויסע פֿון אונדז האָבן זיך דעמאָלט פֿאַרחבֿרט אויפֿן לעבן מיט די חבֿרים פֿון דער באַוועגונג צי מיטקעמפּערס און אויפֿפּאַסערס.
דער קומעדיקער נומער אויפֿן שוועל וועט באַשרײַבן דעם פֿענאָמען פֿון ייִדישע יוגנט־באַוועגונגען ווי, למשל, די קולטורעל־ייִדישיסטישע, בונדישע און ציוניסטישע, צווישן אַנדערע, מיט אַ טראָפּ אויף דער ליבשאַפֿט פֿאַר ייִדיש און דעם ייִדישן פֿאָלק וואָס זיי האָבן אין אונדז אײַנגעפֿלאַנצט. מיט עסייען, לידער, זכרונות, היסטאָרישע אַרטיקלען און פֿאָטאָגראַפֿיעס, וועט דער נומער אײַך שיילן די שיכטן פֿון אונדזערע איבערלעבונגען, און לאָזן אַנטדעקן אַ וועלט וואָס אַ סך פֿון אונדז האָבן טיף באַוווינט.
באַנײַט אײַער ברייטהאַרציקן שטיץ פֿון דער ייִדיש־ליגע. ווען איר שטייט צו מיט 50 דאָלאַר צי העכער וועט מען אײַך שיקן דעם אויפֿן שוועל אויפֿן קומעדיקן יאָר און איר וועט דערבײַ שטיצן אַ גאַנצע גאַמע ייִדיש־שפּראַכיקע פּראָגראַמען.
אַז איר וועט דעם ערבֿ־פּסח באַנײַען אײַער בײַשטײַער וועט איר העלפֿן דער ייִדיש־ליגע:
פּראָדוצירן אַ גאַמע דירעקטע און רעקאָרדירטע קולטור־אונטערנעמונגען אויף אונדזער אומזיסטן יוטוב־קאַנאַל. די נײַסטע אינטערוויוען – מיט יעד בירן וועגן ייִדיש אין תּל־אָבֿיבֿ, פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קערלער וועגן ייִדישער שפּראַך־געשיכטע, און דעם ישׂראלישן כּלי־זמר אַבֿרום בורשטיין – האָבן אַרײַנגעצויגן טויזנטער צוקוקערס. טוט אַ קוק אויף אָט די, און אויך אַנדערע, אומזיסטע אָנלײַן־פּראָגראַמען אויף:
https://www.youtube.com/c/LeagueforYiddish/about
רעגולער דערהײַנטיקן אָנלײַן אונדזער אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך, אַן אַבסאָלוט נייטיקער, פּראַקטישער מקור פֿאַר סטודענטן, געלערנטע, און רעדערס פֿון ייִדיש אויף דער גאָרער וועלט. פֿאַרשרײַבט זיך דאָ אויף פֿינעף אומזיסטע ווערטער אַ חודש, וואָלוועלע אַבאָנעמענטן און סטודענטישע הנחות:
https://englishyiddishdictionary.com/index.html
מיר האָפֿן אַז אויף אײַך קען מען זיך פֿאַרלאָזן צו העלפֿן ייִדיש־לשון און ־קולטור ווײַטער בליִען. שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע דורכן שטיצן די ייִדיש־ליגע: leagueforyiddish.org/mitglidershaft.html.
אַ האַרציקן דאַנק אײַך! האָטס מיר אַ כּשרן און פֿריילעכן פּסח!
גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט
פֿאָרזיצער
אויב אײַך איז ליבער, שיקט אַ טשעק, אויסגעשטעלט צו דער ייִדיש־ליגע, אויפֿן אַדרעס:
League for Yiddish, 64 Fulton Street, Suite 1101, New York, NY 10038.
|