די ייִדיש־ליגע ווינטשט אײַך אַ פֿריילעכן און זיסן פּסח!
Wishing our supporters a freylekhn un zisn Peysekh!
Holiday wishes and thank-you from our board chair, Gitl Schaechter-Viswanath
(Text and translation below)
שטיצט אַ לעבעדיק ייִדיש־לשון אין זכות פֿון יציאת־מצרים!
Celebrate our liberation from Egypt by helping Yiddish to thrive!
Make a secure, tax-deductible gift here to support the League for Yiddish.
שלום־עליכם! איך בין גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, די פֿאָרזיצערין פֿון דער ייִדיש־ליגע.
אין דער גמרא געפֿינט זיך אַ באַקאַנטער מדרש, אַז יציאת־מצרים איז פֿאָרגעקומען נאָר דערפֿאַר, וואָס די ייִדן האָבן נישט געביטן זייערע נעמען, זייערע קליידער און זייער שפּראַך. און דער חתם־סופֿר האָט אָנגעוויזן אַז אין זכות פֿון די דרײַ זאַכן איז דאָס ייִדישע פֿאָלק מסוגל אָנצוהאַלטן אונדזער נאַציאָנאַלע אידענטיטעט.
פֿאַרשטייט זיך האָט מען אין מצרים נישט גערעדט אויף מאַמע־לשון. נאָר ייִדיש האָט אין איר העכער טויזנט־יאָריקער געשיכטע שוין געהאַט גענוג קאַלט און וואַרעם, און שטייט נאָך אַלץ שטאָלצערהייט דאָ מיט אונדז צוזאַמען.
די ייִדיש־ליגע שטאָלצירט דערמיט וואָס אונדזער הויפּטציל איז טאַקע אויפֿצוהאַלטן די ייִדישע שפּראַך, מוטיקן מענטשן זיי זאָלן רעדן ייִדיש טאָג־טעגלעך, האָבן דרך־ארץ פֿאַר דער שפּראַך, און עס אָנהאַלטן ווי אַ לעבעדיקן יש.
דאָס קענען מיר אָבער בפֿירוש נישט טון אָן אײַער געטרײַער שטיץ. מיר באַדאַנקען אײַך וואָס איר לייגט צו אַ האַנט, שטעלט אונטער אַ פּלייצע, אַז מיר זאָלן ווײַטער קענען אויספֿירן דאָס שליחות.
אין די געציילטע טעג פֿאַר פּסח, ווען מיר פּראַווען יציאת־מצרים, לאָמיר זיך טאַקע פֿרייען מיט אונדזער שפּראַך און אונדזער המשכדיקייט. מיר ווינטשן אײַך אַ פֿריילעכן, אַ זיסן, און אַ כּשרן פּסח. אַ גוטן יום־טובֿ אײַך אַלעמען.