דער סך־הכּל סוף יאָר
לכּבֿוד דעם סוף פֿון יאָר שטעלן מיר אײַך דאָ אַ סך־הכּל פֿון אַלע ווידעאָס וואָס מיר האָבן געשטעלט אויף יוטוב במשך דעם פֿאַרגייענדיקן יאָר.
קוקט זיך צו און האָט אַ זיס, געבענטשט יאָר!
אַ שמועס מיט עמיל קאַלין, אַ הײַנטצײַטיקער שרײַבער אויף ייִדיש (אָן ענגלישע אונטערקעפּלעך):
די אונטערנעמונג לכּבֿוד דער 2טער אויפֿלאַגע פֿונעם אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך (מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך):
דער שמועס מיט שבֿע צוקער וועגן איר רעקאָרדירונג און באַגלייטטעקסט "די גאָלדענע פּאַווע – דאָס קול פֿון דעם ייִדישן שרײַבער" (אָן ענגלישע אונטערקעפּלעך):
די סעריע ייִדיש הײַנט:
קאַפּיטל 1:
טאָמאַס וווּדסקי וועגן זײַנע טעלעוויזיע־ און ראַדיאָ־פּראָגראַמען (מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך):
קאַפּיטל 2:
ווײַטער טאָמאַס וווּדסקי, אָבער יעצט וועגן ייִדיש אין שוועדן און זײַן אַרבעט ווי אַ ביבליאָטעקער און אַ קולטור־טוער (מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך):
קאַפּיטל 3:
מענדי כּהנא וועגן זײַן קונסט אין טעלעוויזיע, טעאַטער, מוזיק, בדחנות, פּאָעזיע און נאָך - צוויי באַזונדערע ווידיאָס:
א. נאָר אויף ייִדיש:
ב. מיט שטים אויף ענגליש (דורכן פֿאַרטײַטשער איזי פּאָזען):
קאַפּיטל 4:
רות לעווין וועגן איר קונסט, קינדערלידער, טעאַטער און נאָך (מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך):
קאַפיטל 5:
לילי קאַהן, אַ לעקציע וועגן העווי־מעטאַל אויף ייִדיש (מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך):
קאַפּיטל 6:
אַ שמועס מיט דזשיימס האָלץ, וואָס מאַכט ליאַלקע־טעאַטער אויף ייִדיש (מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך):
קאַפּיטל 7:
אַ שמועס מיט שיין בייקער וועגן ייִדישן טעאַטער און זײַן ראָלע אינעם "קולטור־קאָנגרעס" (מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך):
קאַפּיטל 8:
נאָר וואָס אַרויף אויף יוטוב – וועגן דער פּיעסע "די כעלעמער חכמים" און דאָראַ וואַסערמאַנס ייִדישן טעאַטער אין מאָנטרעאָל:
מיר האָבן שוין אויך דורכגעפֿירט די דירעקטע זומישע אונטערנעמונג פֿון קאַפּיטל ט, אַ שמועס מיט ד"ר מרים טרין, וועגן איר אַרבעט ווי די שעף־רעדאַקטאָרשע פֿון אונדזער זשורנאַל "אויפֿן שוועל" און וועגן איר ייִדיש־לערערײַ. די רעקאָרדירונג וועט אַרויף אויף יוטוב, מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, אין צוויי וואָכן אַרום.
אויב איר זעט נישט די אונטערקעפּלעך אויף יוטוב, דאַרפֿט איר אַ קוועטש טאָן אויף “CC” און אויסקלייַבן ”ענגליש“.
לשנה טובֿה, אַ כּתיבֿה וחתימה טובֿה,
און אַ גוט, זיס, געבענטשט יאָר!