|
אויגוסט 2023
ליבע גוטע־פֿרײַנד,
האָט איר ווען אַ מאָל געקויפֿט אַן עקזעמפּלאַר פֿון מרדכי שעכטערס לערנבוך ייִדיש צוויי, צי בײַ אונדז אין דער ייִדיש־ליגע צי אַנדערש וווּ?
אויב יאָ, האָבן מיר פֿאַר אײַך אַ גוטע בשׂורה! אַ דאַנק דער אַרבעט פֿון אונדזער געוועזענער אויספֿיר־סעקרעטאַרשע ד״ר שבֿע צוקער, מיט דער הילף פֿון ד״ר הערשל גלעזער, האָבן מיר איצט אַ מער פּרטימדיקן און צוטריטלעכן זוכצעטל צו די טעמעס וואָס ווערן געדעקט אין דעם אוניקאַלן טעקסטבוך פֿאַר מיטנדיקע און ווײַטהאַלטערס.
איר קענט דעם זוכצעטל אַראָפּלאָדן ווי אַ פּי־די־עף פֿון אונדזער וועבזײַטל אָט דאָ:
https://leagueforyiddish.org/newindexy2.html
מיר זענען זיכער אַז ס׳וועט אײַך שטאַרק צו הילף קומען אין אײַער שטענדיקן לערנען זיך די ייִדישע שפּראַך.
אויב איר פֿאַרמאָגט נאָך נישט קיין עקזעמפּלאַר פֿון ייִדיש צוויי גופֿא און ווילט זיך איינעם אײַנשאַפֿן, קענט איר עס באַשטעלן דאָ:
https://leagueforyiddish.org/yidish2.html
וואַרעמע ייִדיש־גרוסן,
גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט
|