|
ליטעראַרישער אָוונט וועגן ייִדישלאַנד
מיט
שבֿע צוקער, שיין בייקער און אלעזר אלחנן
מיטוואָך, דעם 11טן אָקטאָבער 2023
6:30–8:00 אין אָוונט
The James Gallery
The Graduate Center, CUNY
365 Fifth Avenue (at West 34 Street), 1st floor
New York City
די אונטערנעמונג, ווי אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג „מאָדערן־יש: יאָני פֿײַן און די קונסט־געשיכטע פֿון ייִדישלאַנד‟, וועט אַרויסהייבן ייִדישע שריפֿטן וועגן קונסט, קינסטלערס און טראַנסנאַציאָנאַליזם.
דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר/איבערזעצער שבֿע צוקער און דער אַקטיאָר שיין בייקער וועלן פֿירלייענען
.סײַ יאָני פֿײַנס אָריגינעלע לידער סײַ צוקערס איבערזעצונגען דערפֿון
פּראָפֿעסאָר אלעזר אלחנן (ניו־יאָרקער שטאָטישער קאַלעדזש) וועט אַרומרעדן זײַן פֿאָרשונג וועגן
.ייִדישער ליטעראַטור, מיטן טראָפּ אויף פּליטים־מיגראַציע און טראַנסנאַציאָנאַליזם
מע וועט אויך פֿירלייענען אַ נײַ ייִדיש ליד פֿונעם קונסט־היסטאָריקער דזשעניפֿער שטערן וואָס האָט
.זיך אינספּירירט סײַ פֿון דער דאָזיקער אויסשטעלונג סײַ פֿון פֿײַנס אַרבעט ווי אַ מאָלער/פּאָעט
נאָך אינפֿאָרמאַציע אָט דאָ:
https://centerforthehumanities.org/programming/yiddishland-literary-evening-with-sheva-zucker-shane-baker-and-elazar-elhanan
.די אונטערנעמונג איז בחינם
אַ שותּפֿות־פּראָיעקט פֿון דער ייִדיש־ליגע, דעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס און דעם צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים בײַם גראַדויִר־צענטער פֿונעם ניו־יאָרקער שטאָטישן אוניווערסיטעט
|