|
Winter 2024
Dear friends,
This year has been quite a difficult one. In spite of the challenges, we at the League for Yiddish have been working on exciting projects towards our mission of promoting Yiddish as a living language. Your ongoing support is crucial for us to continue providing quality Yiddish programming for your benefit and enjoyment. Following are a few of the projects we are working on:
| | | |
Yiddish Today – Our program director, Eli Benedict, produces a fascinating selection of Yiddish videos for our Youtube channel that have reached thousands of viewers. From a riveting interview with a survivor of October 7 to a Williamsburg girl who became a rock star, our shows continue to focus on Yiddish creativity and its contemporary expressions. Find these and many more at youtube.com/leagueforyiddish. | | |
Afn Shvel – Our Yiddish magazine Afn Shvel provides articles on social, cultural, literary and newsworthy topics – not to mention original Yiddish poetry and prose! – and remains one of the few publications holding to literary standards in mame-loshn. Editor Miriam Trinh seeks out and publishes new Yiddish writers for the enjoyment of Yiddish readers all over the world. | | | | | New Graded Yiddish Reader – In 2025 we will be publishing a new graded reader of seven popular I.L. Peretz stories. Moyshele Alfonso’s book – with extensive glossaries and stunning illustrations by Yehuda (Yidl) Blum – will meet a critical need for Yiddish teaching materials featuring classic Yiddish literature at an accessible level for students worldwide. | | Online English-Yiddish Dictionary – Our groundbreaking Comprehensive English-Yiddish Dictionary is in its revised and expanded 2nd print edition (2021), and is also available online, providing subscribers instant access worldwide. The online version is updated monthly with new words and entries. In addition to more than 3,000 individuals, over 20 universities in the U.S., Israel, Canada, Sweden and the U.K. have paid for subscriptions for their Yiddish students. Find out if your university offers the dictionary! Check it out at englishyiddishdictionary.com. | | Our work, which is critically important, depends strongly on your continued donations to fulfill our mission of keeping Yiddish alive and well for many years to come. Please do support our work with a generous contribution today: Visit leagueforyiddish.org and click the “Donate” button at the top left. | | |
A hartsikn dank – our deepest thanks to you.
Wishing you and all our members a very happy Khanike!
Gitl Schaechter-Viswanath
Board Chair
| | |
ווינטער 2024
ליבע גוטע–פֿרײַנד,
דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר איז, צום באַדויערן, געווען אַ שווערס. נישט געקוקט אויף די נסיונות, אָבער, אַרבעטן מיר בײַ דער ייִדיש־ליגע ווײַטער אויף אינספּירירנדיקע פּראָיעקטן וואָס זאָלן העלפֿן דעם עולם ניצן ייִדיש ווי אַ לעבעדיק לשון. אײַער שטענדיקע שטיץ שפּילט אַ קריטישע ראָלע כּדי מיר זאָלן ווײַטער קענען צושטעלן ייִדישע פּראָגראַמען לטובֿת אײַך, איר זאָלט געניסן און הנאה האָבן. אָט זענען עטלעכע פֿון די פּראָיעקטן וואָס זענען איצט אין גאַנג:
| | |
| ייִדיש הײַנט – אונדזער פּראָגראַם־דירעקטאָר, אלי בענעדיקט, פּראָדוצירט אַ פֿאַרכאַפּנדיקן אויסקלײַב פֿון ייִדישע ווידעאָס אויף אונדזער יוטוב־קאַנאַל. די ווידעאָס האָבן שוין דערגרייכט טויזנטער צוקוקערס. למשל: אַ שפּאַנענדיקער אינטערוויו מיט אַ לעבן־געבליבענעם פֿונעם 7טן אָקטאָבער, און אַ שמועס מיט אַן אומגעוויינטלעכער וויליאַמסבורגער מיידל וואָס איז געוואָרן אַ ראָקשטערן – דאָס זענען נאָר צוויי מינים אינטערוויוען אין דער סעריע פּראָגראַמען וואָס שטעלן ווײַטער דעם טראָפּ אויף ייִדישער שאַפֿערישקייט און אירע אויסדרוקן בײַם הײַנטיקן טאָג youtube.com/leagueforyiddish | | אויפֿן שוועל – אונדזער ייִדיש־שפּראַכיקער זשורנאַל ברענגט אײַך אַרטיקלען אויף געזעלשאַפֿטלעכע, קולטורעלע און ליטעראַרישע טעמעס, סײַ פֿון די נײַעס סײַ פֿון דער געשיכטע – ווער רעדט נאָך אָריגינעלע פּאָעזיע און פּראָזע! – און אַלץ אויף אַ ליטעראַרישער מדרגה. די רעדאַקטאָרשע מרים טרין באַווײַזט אָפּצוזוכן נײַע ייִדישע מחברים און דרוקט זיי אָפּ כּדי ייִדיש־לייענערס איבער גאָר דער וועלט זאָלן הנאה האָבן און שעפּן נחת. | | | נײַ ייִדיש לייענוואַרג – אין 2025 וועלן מיר אַרויסגעבן אַ נײַ ייִדיש לייענביכל פֿון זיבן פֿון י.־ל. פּרצעס באַליבטע דערציילונגען מיט ברייטע גלאָסאַרן. משהלע אַלפֿאָנסאָס אַרבעט אויף דעם ביכל – מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס פֿון ייִדל בלום – וועט צושטעלן נאָך אַ נייטיק מיטל צו לייענען די קלאַסישע ייִדישע ליטעראַטור דורך צוטריטלעך לייענוואַרג. | | | | ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך אָנלײַן – אונדזער נאָוואַטאָריש אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך פֿאַרקויפֿט זיך שוין אין דער באַאַרבעטער און פֿאַרגרעסערטער צווייטער אויפֿלאַגע (2021), און איז אויך צום ניצן אָנלײַן, וווּ סע שטעלט צו אַ תּיכּפֿדיקן צוטריט וווּ מע זאָל נישט וווינען. דער אָנלײַן־נוסח ווערט דערהײַנטיקט יעדן חודש מיט נײַע ווערטער און איינסן. אַחוץ די 3,000 יחידים איבער דער וועלט, האָבן שוין 20 אוניווערסיטעטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, קאַנאַדע, שוועדן און דעם פֿאַראייניקטן מלכות באַצאָלט פֿאַר אַבאָנעמענטן פֿאַר זייערע ייִדיש־סטודענטן. פֿרעגט זיך נאָך צי אײַער אוניווערסיטעט טוט דאָס אויך פֿאַר אײַך! כאַפּט אַ קוק: englishyiddishdictionary.com | | אונדזער גאָר וויכטיקע אַרבעט איז שטאַרק אָפּהענגיק אין אײַער ווײַטערדיקער שטיץ; אַנדערש וועלן מיר נישט קענען ממשיך זײַן מיטן צוצושטעלן מיטלען צו פֿאַרזיכערן אַ לעבעדיק און געזונט ייִדיש אויף נאָך לאַנגע יאָר. מיר בעטן אײַך, שטעלט צו אַ ברייטע פּלייצע דער ייִדיש־ליגע: גייט אויף leagueforyiddish.org און גיט אויבן לינקס אַ קוועטש אויפֿן קנעפּל Donate | | |
אַ האַרציקן און טיפֿן דאַנק אײַך.
מיר ווינטשן אײַך און אַלע אונדזערע מיטגלידער אַ פֿריילעכן און ליכטיקן חנוכּה!
גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט
פֿאָרזיצער
| |
The League for Yiddish is a 501(c)(3) organization
and depends solely on your membership donations
to provide you with "Afn Shvel" magazine, "Yiddish Today",
Yiddish educational materials, and other programming.
| | |