|
די ייִדיש־ליגע וויל אײַך לאָזן װיסן וועגן דער ווײַטערדיקער פּראָגראַם,
אָרגאַניזירט פֿון דער צענטראַלער ייִדישער קולטור־אָרגאַניזאַציע/ציק״אָ.
===========
ציק״אָ פֿאַרבעט אײַך אויף אַ ליטעראַרישן יום־טובֿ לכּבֿוד אַ נײַ ביכל פּאָעזיע, תּקיעת־כּף: דיפּטיכלעך, פֿון פּראָפֿ׳ בערל קאָטלערמאַן (בר־אילן־אוניווערסיטעט). די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען:
מיטוואָך, דעם 19טן פֿעברואַר 2025, 6:30 אין אָוונט (מיזרח־ברעג)
ד״ר שבֿע צוקער, ייִדיש־פּראָפֿעסאָרשע און געוועזענע אויספֿיר־סעקרעטאַרשע פֿון דער ייִדיש־ליגע (2005־2020).
דבֿורה שטראַוס און דזשעף וואַרשעווער וועלן דערנאָך אויפֿטרעטן מיט אַ קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער.
אַרײַנטריט: פֿרײַ
|