|
בלעטער פֿון װין: די געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאַרלאַג
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיט
טאָמאַס סאָקסבערגער
Gründen wir einen jiddischen Verlag! ,מיר וועלן דיסקוטירן סאָקסבערגערס נײַ בוך
Jiddische Bücher, Zeitschriften und Broschüren aus Wien. Eine kommentierte Bibliographie („לאָמיר גרינדן אַ ייִדישן פֿאַרלאַג! ייִדישע ביכער, זשורנאַלן און בראָשורן פֿון װין – אַן
אַנאָטירטע ביבליאָגראַפֿיע“). די אַרבעט באַטראַכט די ייִדישע פּובליקאַציעס אין װין און גיט אַן אַרײַנבליק אין אירע ביכער, צײַטשריפֿטן און בראָשורן. מיר וועלן אַנטדעקן די רײַכע געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאַרלאַג אין װין און זײַן ברייטערער השפּעה אויפֿן ייִדישן לעבן אין שטאָט.
סאָקסבערגער איז אַ היסטאָריקער און ייִדיש-פֿאָרשער, וואָס האָט פּובליקירט אַ סך ווערק איבער ייִדיש־ און ייִדישער קולטור. זײַן פֿריִערדיק בוך, Revolution am Donaukanal: Jiddische Kultur und Politik in Wien 1904 bis 1938 („רעוואָלוציע אויפֿן דונײַ-קאַנאַל: ייִדישע קולטור און פּאָליטיק אין װין, 1904–1938“), באַטראַכט די ייִדישע קולטורוועלט אין װין אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
דינסטיק, דעם 25סטן פֿעברואַר 2025/כ״ז שבֿט, תּשפּ״ה
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
רעגיסטרירט זיך אויפֿן ווײַטערדיקן לינק פֿון „איווענטברײַט“:
https://www.eventbrite.com/e/pages-of-vienna-the-yiddish-publishing-story-tickets-1248034668289
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
|