|
תּקיעת־כּף: צווישן פּאָעזיע און פֿאָרשונג
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיט
פּראָפֿ׳ דובֿ־בער (בערל) קאָטלערמאַן
לכּכבֿוד זײַן נײַעם ביכלבוך פּאָעזיע אויף ייִדיש,
תּקיעת־כּף: דיפּטיכלעך [Handclasp: Diptychs]
וואָס איז לעצטנס אַרויס בײַם ניו־יאָרקער פֿאַרלאַג ציק"אָ. דער באַנד שטעלט פֿאָר פּאָעטישע פּאָרן – דיפּטיכן – וואָס באַהאַנדלען אייגנאַרטיקע טעמעס דורך פֿאַרשיידענע שטימען און באַטראַכטונגען.
פּראָפֿ׳ קאָטלערמאַן איז איינער פֿון די הויפּטפֿיגורן אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדיש־פֿאָרשונג. ער איז אַ פּאָעט און שרײַבער, און דער דירעקטאָר פֿונעם ייִדיש־צענטער א״נ רינה קאָסטאַ בײַם בר־אילן־אוניווערסיטעט.
אין דעם שמועס וועלן מיר לייענען געקליבענע לידער זײַנע און אָפּשאַצן דעם שאַפֿערישן וועג וואָס האָט געבױט די לידער פֿון אינעווייניק אַרויס, צוזאַמען מיט אייבערטענער פֿון זײַן ברייטערער אַרבעט אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדישער קולטור, ליטעראַטור און געדאַנק.
זונטיק, דעם 6טן אַפּריל 2025/ח׳ ניסן תּשפּ״ה
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
רעגיסטרירט זיך אויפֿן ווײַטערדיקן לינק פֿון „איווענטברײַט“:
פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קאָטלערמאַן: צווישן פּאָעזיע און פֿאָרשונג |
Prof. Dov-Ber Kotlerman: Between Poetry & Research
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
|