|
ס׳קומט אונדז אַ מזל־טובֿ!
די ייִדיש־ליגע פֿרייט זיך דערמיט, וואָס בײַם אַרײַנפֿירן דאָס יאָר תּשפּ״ו,
פּראַווען מיר מיט שטאָלץ דאָס
בר־מיצווה־יאָר פֿון „ווערטער פֿון דער וואָך“
די ערשטע לעקסישע פּובליקאַציע מיטן איין־איינציקן ציל אויסצולערנען ליבהאָבערס פֿון ייִדיש איבער דער וועלט רעדן אַ מער פֿליסיק ייִדיש. דערצו האַלטן מיר מיט אײַך אָן אַ קאָנטאַקט וואָך־אײַן וואָך־אויס!
ווערטער פֿון דער וואָך האָט געהאַט זײַן בראשית מיט 13 יאָר צוריק, בשעת מיר האָבן שטאַרק געהאָרעוועט איבערן אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך. אין יענער תּקופֿה האָבן אַ צאָל ייִדיש־אָנהענגערס אונדז רעגולער געפֿרעגט „ווי זאָגט מען דאָס וואָרט/דעם אויסדרוק אויף ייִדיש?“... אַזוי ווי דאָס ווערטערבוך האָט נאָך נישט געהאַט געזען די ליכטיקע שײַן – נישט געדרוקטערהייט נישט אָנלײַן – האָבן מיר גענומען צעשיקן טעמאַטישע רשימות (אויפֿן סמך פֿונעם תּוכן פֿון ווערטערבוך) וואָס האָבן געשפּילט אַזאַ תּוכיקע ראָלע אין העלפֿן יחידים רעדן אַ מער אידיאָמאַטיש מאַמע־לשון אינעם 21סטן יאָרהונדערט.
וואָס פֿאַר אַ ברייטע טעמעס האָבן מיר געדעקט? צווישן זיי: געזעלשאַפֿטלעכער יושר, אין שפּילפּלאַץ, ווײַן, די וועלטסעריע, קינסטלעכע אינטעליגענץ, חיות רעדן ייִדיש, שטוב־מכשירים, טאַקסיס, קעץ, און באָדן זיך... אָט די רשימות (און עטלעכע הונדערט אַנדערע) געפֿינען זיך אויף אונדזער וועבזײַט.
ווערטער פֿון דער וואָך גייט ווײַטער פֿאָרויס מיט אַ יוגנטלעכן כּוח; לעצטנס האָבן מיר אַרײַנגעפֿירט טעמעס וואָס העלפֿן מיטן קאָרעקטן באַניץ פֿון אידיאָמאַטישע ווערטער אויף ייִדיש, וואָס אין די ייִדיש־קלאַסן ווערן זיי נישט אַזוי טיף דערמאָנט. למשל, ווי אַזוי מע ניצט די װערטער נו; סתּם; גאָר און גאָרנישט; פֿאָרט און דאָך; ווערטער צום באַדאַנקען און זײַן העפֿלעך, און אַנדערע.
אַ צאָל פֿון אײַך האָבן אונדז געשריבן מיט אַ בקשה צו דערמאָנען געוויסע אַנדערע ווערטער; אַנדערע האָבן געגעבן צו שטײַער מיט סינאָנימען וואָס מע האָט געהערט פֿונעם טאַטן צי פֿון דער באָבען. ס׳איז אַ נחת מיטצואַרבעטן מיט אײַך אין אַזאַ שותּפֿות!
העלפֿט אונדז פּראַווען סײַ דעם וויכטיקן מײַלשטיין סײַ – פֿאַר איין וועגס – דאָס נײַע יאָר.
שטיצט די ייִדיש־ליגע!
גײט אױף www.leagueforyiddish.org און גיט אַ קװעטש אױפֿן קנעפּל Donate
מיר ווינטשן אײַך אַ גוט, געזונט, געבענטשט יאָר אין אַ וועלט פֿון שלום!
גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט
פֿאָרזיצער
|