|
Stock Market / די בערזע
די בערזע האָט לעצטנס דערגרייכט רעקאָרדישע הייכן, כאָטש דאָס געזונט פֿון דער עקאָנאָמיע האָט זיך פֿאַרערגערט. ווי אַזוי? עטלעכע סיבות:
די ווערט פֿון אַקציעס און די עקאָנאָמישע מעטריק זענען לאַוו־דווקא געקניפּט און געבונדן, ווײַל אַקציעס שפּיגלען אָפּ די רײַכקייט פֿון קאָרפּאָראַציעס, און ווייניקער ווי 50 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג פֿאַרמאָגט אַקציעס.
דער דאָלאַר איז שוואַך און אַ שוואַכערער דאָלאַר העלפֿט עקספּאָרטירערס, וועמעס פּראָדוקטן ווערן ביליקער אין פֿאַרגלײַך מיט דער קאָנקורענץ.
דער באַניץ פֿון איי־אײַ קען דערפֿירן צו אַ קלענערן וווּקס פֿון שטעלעס. דאָס איז אָבער לאַוו־דווקא אַ חסרון פֿאַר דער מלוכישער הכנסה־סטאַטיסטיק, ווײַל ווייניקער אַרבעטערס קענען אויפֿטון נאָך מער אַרבעט – ס׳איז „נאָר“ אַ חסרון פֿאַר די וואָס פֿאַרלירן די שטעלעס…
פֿירמעס האָבן שוין אויפֿגעהערט אַרומרעדן די „אומזיכערקייט“ אַרום צאָלטאַריפֿן און פֿאָרן פֿאָרויס מיט סטראַטעגיעס זיך צו ספּראַווען מיט די נײַע אימפּאָרט־שטײַערן.
חוץ דעם האָט די אינפֿלאַציע אַ ביסל אָפּגעלאָזט. די פֿאַרדינסטן מצד איי־אײַ און טעכנאָלאָכיע־פֿירמעס זענען שטאַרק, און מע הערט אַ באַנײַטן אָפּטימיזם פֿאַר אַ האַנדל־וואָפֿנרו צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און כינע.
בקיצור, וואָס פֿאַר אַ געפֿילן איר זאָלט נישט האָבן וועגן דער עקאָנאָמיע, האָט די בערזע איבער דער וועלט אין אָקטאָבער 2025 דערגרייכט נײַע הייכן פֿון אַלע צײַטן…
[DI BÉRZE HOT LETSTNS DERGRÉYKhT REKÓRDIShE HEYKhN, KhOTSh DOS GEZÚNT FUN DER EKONÓMYE HOT ZIKh FARÉRGERT. VI AZÓY? ÉTLEKhE SÍBES:
DI VERT FUN ÁKTSYES UN DI EKONÓMIShE MÉTRIK ZÉNEN LAV-DÁFKE GEKNÍPT UN GEBÚNDN, VAYL ÁKTSYES ShPÍGLEN OP DI RÁYKhKEYT FUN KORPORÁTSYES, UN VÉYNIKER VI FUFTSIK PROTSÉNT FUN DER BAFÉLKERUNG FARMÓGT ÁKTSYES.
DER DÓLAR IZ ShVAKh UN A ShVÁKhERER DÓLAR HELFT EKSPORTÍRERS, VÉMES PRODÚKTN VERN BÍLIKER IN FARGLÁYKh MIT DER KONKURÉNTS.
DER BANÍTS FUN EY-ÁY KEN DERFÍRN TSU A KLÉNERN VUKS FUN ShTÉLES. DOS IZ ÓBER LAV-DÁFKE A KhISÓRN FAR DER MELÚKhIShER HAKhNÓSE-STATÍSTIK, VAYL VÉYNIKER ÁRBETERS KÉNEN ÚFTUN NOKh MER ÁRBET – S’IZ “NOR” A KhISÓRN FAR DI VOS FARLÍRN DI ShTÉLES…
FÍRMES HOBN ShOYN ÚFGEHERT ARÚMREDN DI “ÚMZIKhERKEYT” ARUM TSÓLTARIFN UN FORN FORÓYS MIT STRATÉGYES ZIKh TSU SPRÁVEN MIT DI NÁYE IMPÓRT-ShTÁYERN.
KhUTS DEM HOT DI INFLÁTSYE A BISL ÓPGELOZT. DI FARDÍNSTN FUN EY-ÁY UN TEKhNOLÓGYE-FÍRMES ZÉNEN ShTARK, UN ME HERT A BANÁYTN OPTIMÍZM FAR A HÁNDL-VÓFNRU TSVIShN DI FARÉYNIKTE ShTATN UN KhÍNE.
BEKÍTSER, VOS FAR A GEFÍLN IR ZOLT NIShT HOBN VEGN DER EKONÓMYE, HOT DI BÉRZE ÍBER DER VELT IN OKTÓBER 2025 DERGRÉYKhT NÁYE HEYKhN FUN ÁLE TSAYTN…]
The stock market has recently hit record highs, even though the economy’s health has deteriorated. Why? Several reasons:
Stock values and economic metrics don’t necessarily go hand in hand because stocks only reflect the wealth owned by corporations, and fewer than 50% of Americans own stocks.
The dollar has been weak and a weaker dollar helps exporters, whose products become cheaper compared to their competition.
The use of AI can lead to lower job growth. This is not necessarily bad for national income statistics because more work can be done with fewer workers – it’s “just” bad for those who lose their jobs...
Companies have stopped discussing "uncertainty" around tariffs and are moving ahead with strategies to deal with the new import taxes.
In addition, inflation has eased, AI and technology earnings have been strong, and there is renewed optimism for a trade truce between the U.S. and China.
So, despite what you may be feeling about the economy, stock markets around the world have reached new all-time highs in October 2025.
assets: אַקטיװן; דער פֿאַרמאָג (קאָל׳)
[AKTÍVN; DER FARMÓG (coll.)]
bear market: די בערישע ‹פּעסימיסטישע› בערזע, ־ס
[DI BÉRIShE ‹PESIMÍSTIShE› BÉRZE, -S]
bull market: די ביקן־בערזע, ־ס; די אָפּטימיסטישע בערזע, ־ס
[DI BÍKN-BÉRZE, -S; DI OPTIMÍSTIShE BÉRZE, -S]
diversification: די דיװערסיפֿיקאַציע, ־ס
[DI DIVERSIFIKÁTSYE, -S]
dividend: דער דיװידענד, ־ן
[DER DIVIDÉND, -N]
earnings: דאָס פֿאַרדינסט (ל״י); פֿאַרדינסטן; רװחים; די הכנסה (ל״י)
[DOS FARDÍNST (sing.); FARDÍNSTN; REVÓKhIM; DI HAKhNÓSE (sing.)]
economy: די עקאָנאָמיע, ־ס
[DI EKONÓMYE, -S]
export (v.): דער עקספּאָרט, ־ן; דער אַרױספֿיר, ־ן
[DER EKSPÓRT, -N; DER ARÓYSFIR, -N]
exporter: דער עקספּאָרטירער, ־ס
[DER EKSPORTÍRER, -S]
import (v.): אימפּאָרטירן; אַרײַנפֿירן
[IMPORTÍRN; ARÁYNFIRN]
inflation: די אינפֿלאַציע
[DI INFLÁTSYE]
liquidity: די ליקװידיטעט
[DI LIKVIDITÉT]
metrics: די מעטריק (ל״י)
[DI MÉTRIK (sing.)]
share (of stock): די אַקציע, ־ס; דער פּײַ, ־ען
[DI ÁKTSYE, -S; DER PAY, -EN]
shareholder: דער אַקציאָנער, ־ן; דער פּײַשטשיק, ־עס
[DER AKTSYONÉR, -N; DER PÁYShTShIK, -ES]
stock: אַקציעס (ל״ר)
[ÁKTSYES (pl.)]
stock market: די בערזע, ־ס; די בירזשע, ־ס
[DI BÉRZE, -S; DI BÍRZhE, -S]
tariff: דער צאָלטאַריף, ־ן; דער צאָל
[DER TSÓLTARIF, -N; DER TSOL]
|