|
Using the Internet / דאָס באַניצן זיך מיט דער אינטערנעץ
די אינטערנעץ שפּילט הײַנט אַ ריזיקע ראָלע אין אונדזער אַלעמענס טאָג־טעגלעכן לעבן. וואָס זענען די צען הויפּט־אַקטיוויטעטן וואָס מיר טוען אָנלײַן? 1. שאַפֿן זיך געזעלשאַפֿטלעכע פֿאַרבינדונגען; 2. אײַנקויפֿן; 3. פֿירן באַנק־געשעפֿטן; 4. לערנען זיך נײַע טעמעס און צולערנען זיך נײַע פֿעיִקייטן; 5. לאָזן שטראָמען ווידעאָס און שפּילן ווידעאָ־שפּילן; 6. האַנדלען מיט אַקציעס; 7. ראַנדקעווען; 8. קאָמוניקאַציע (לייענען און שרײַבן בליצבריוו); 9. לייענען די נײַעס; 01. פֿאָרשן כּלערליי טעמעס, בפֿרט וועגן פּערזענלעכן געזונט, פֿינאַנץ, אָנווײַז־אינסטרוקציעס, רעצענזיעס פֿון פֿאַרשיידענע פּראָדוקטן און דאָס גלײַכן.
דער אמת איז, אַז דער טיפּישער מענטש וואָלט געדאַרפֿט רעדוצירן די צײַט פֿאַרן עקראַן, נאָר ס׳איז זייער שווער זיך סתּם אַרויסצושרײַבן. און ווער ווייסט וואָס נאָך מיר וועלן קענען טאָן אָנלײַן אין די קומעדיקע יאָרן...
[DI ÍNTERNETS ShPILT HAYNT A RÍZIKE RÓLE IN ÚNDZER ÁLEMENS TOG-TÉGLEKhN LEBN. VOS ZÉNEN DI HOYPT-AKTIVITÉTN VOS MIR TÚEN ÓNLAYN? 1. ShAFN ZIKh GEZÉLShAFTLEKhE FARBÍNDUNGEN; 2. ÁYNKOYFN; 3. FIRN BÁNK-GEShÉFTN; 4. LÉRNEN ZIKh NÁYE TÉMES UN TSÚLERNEN ZIKh NÁYE FÉIKEYTN; 5. LOZN ShTRÓMEN VÍDEOS UN ShPILN VÍDEO-ShPILN; 6. HÁNDLEN MIT ÁKTSYES; 7. RÁNDKEVEN; 8. KOMUNIKÁTSYE (LÉYNEN UN ShRAYBN BLÍTSBRIV); 9. LÉYNEN DI NÁYES; 10. FORShN KÓLERLÉY TÉMES, BIFRÁT VEGN PERZÉNLEKhN GEZÚNT, FINÁNTS, ÓNVAYZ-INSTRÚKTSYES, RETSÉNZYES FUN FARShÉYDENE PRODÚKTN UN DOS GLÁYKhN.
DER ÉMES IZ, AZ DER TÍPIShER MENTSh VOLT GEDÁRFT REDUTSÍRN DI TSAYT FARN EKRÁN, NOR S׳IZ ZÉYER ShVER ZIKh STAM ARÓYSTSUShRAYBN. UN VER VEYST VOS NOKh MIR VELN KÉNEN TON AF DER ÍNTERNETS IN DI KÚMEDIKE YORN…]
The internet plays a huge role in all of our daily lives. What are the most frequent online activities that we do? 1. Social networking; 2. Shopping; 3. Banking; 4. Supplemental education and learning new skills; 5. Streaming videos and gaming; 6. Trading; 7. Dating; 8. Communication (reading and writing emails); 9. Reading the news; 10. Researching a variety of topics, especially related to personal health, finance, how-to instructions, product reviews and the like.
The truth is that the typical person needs to reduce their screen time, but it’s very hard to just log off. Who knows what else we’ll be able to do online in the coming years….
account: די קאָנטע, ־ס
[DI KÓNTE, -S]
attach (a file): בײַלײגן
[BÁYLEYGN]
attachment: די בײַגעלײגטע טעקע, ־ס; דער בײַלײג, ־ן; דער צולאָג, ־ן
[DI BÁYGELEYGTE TÉKE, -S; DER BÁYLEYG, -N; DER TSÚLOG, -N]
download (n.): דער אַראָפּלאָד, ־ן
[DER ARÓPLOD, -N]
download (v.): אַראָפּלאָדן
[ARÓPLODN]
email (letter): דער בליצבריװ, –; דאָס בליצבריװל, ־עך
[DER BLÍTSBRIV, –; DOS BLÍTSBRIVL, -EKh]
email (system): די בליצפּאָסט
[DI BLÍTSPOST]
email (v.) sb.: שיקן (+ דאַט׳) אַ בליצבריװ
[ShIKN (+ dat.) A BLÍTSBRIV]
email address: דער בליצאַדרעס, ־ן; דער בליצפּאָסט־אַדרעס, ־ן
[DER BLÍTSADRÉS, -N; DER BLÍTSPOST-ADRÉS, -N]
file (n.): די טעקע, ־ס
[DI TÉKE, -S]
folder: די פּאַפּקע, ־ס
[DI PÁPKE, -S]
gaming: דאָס שפּילן אָנלײַן
[DOS ShPILN ÓNLAYN]
internet: די אינטערנעץ; דער אינטערנעט
[DI ÍNTERNETS; DER INTERNÉT]
link (n.): די פֿאַרבינדונג, ־ען; דער לינק, ־ס
[DI FARBÍNDUNG, -EN; DER LINK, -S]
log off/out (of): אַרױסשרײַבן זיך (פֿון); אַרױסלאָגירן (פֿון)
[ARÓYSShRAYBN ZIKh (FUN); ARÓYSLOGÍRN (FUN)]
log on/in (to): אַרײַנשרײַבן זיך (אין); אַרײַנלאָגירן (אין)
[ARÁYNShRAYBN ZIKh (IN); ARÁYNLOGÍRN (IN)]
offline: נישט פֿאַרבונדן מיט דער אינטערנעץ ‹מיטן אינטערנעט›; אָפֿלײַן
[NIShT FARBÚNDN MIT DER ÍNTERNETS ‹MITN INTERNÉT›; ÓFLAYN]
online: פֿאַרבונדן מיט דער אינטערנעץ ‹מיטן אינטערנעט›; אָנלײַן
[FARBÚNDN MIT DER ÍNTERNETS ‹MITN INTERNÉT›; ÓNLAYN]
go online: גיין אָנלײַן
[GEYN ÓNLAYN]
password: דער פּאַראָל, ־ן; דער װאָרטצײכן, ־ס
[DER PARÓL, -N; DER VÓRTTSEYKhN, -S]
pirate (v.): פּיראַט־קאָפּירן; פּיראַטעווע|ן
[PIRÁT-KOPÍRN; PIRÁTEVE|N]
screen (n.): דער עקראַן, ־ען
[DER EKRÁN, -EN]
screen time: די צײַט פֿאַרן עקראַן; די עקראַנצײַט
[DI TSAYT FARN EKRÁN; DI EKRÁNTSAYT]
stream (v.) (online video): לאָזן שטראָמען
[LOZN ShTRÓMEN]
upload (n.): דער אַרויפֿלאָד, ־ן
[DER ARÚFLOD, -N]
upload (v.): אַרױפֿלאָדן
[ARÚFLODN]
website: דאָס װעבזײַטל, ־עך; די װעבזײַט, ־ן
[DOS VÉBZAYTL, -EKh; DI VÉBZAYT, -N]
wifi: דער װײַ־פֿײַ; דער װי־פֿי
[DER VÁY-FAY; DER VÍ-FI]
[Image: A diagram of the entire ARPAnet, which became the World Wide Web, as of 1973]
|