Erev 5785 – Help strengthen Yiddish, the tie that binds

Yidish-Lige/Afn shvel

דעם 17טן סעפּטעמבער 2024 / אלול תּשפּ״ד



טײַערע גוטע־פֿרײַנד,


בשעת די עשׂרת־ימי־תּשובֿה קלערן ייִדן זיך אַרײַן אינעם עצם וואָס בינדט אונדז צונויף, וואָס פֿאַרבינדט אונדז און וואָס וואָרצלט אונדז אײַן אינעם ציבור. די שווערע געשעענישן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר – פֿונעם ברוטאַלן אָנפֿאַל אויף ישׂראל מצד כאַמאַס ימ״ש ביזן וווּקס פֿונעם אַנטיסעמיטיזם וואָס מע האָט שוין לאַנג נישט געזען – הייבן אַרויס די וויכטיקייט פֿון אונדזערע געדויערדיקע פֿאַרבינדונגען.


פֿאַר אוהבֿי־ייִדיש איז מאַמע־לשון אָט אַזאַ עצם וואָס בינדט אונדז צונויף. סע פֿילט אונדז אָן מיט אַ האָפֿענונג פֿאַר דער צוקונפֿט, דערפֿאַר וואָס ייִדיש האָט שוין איבערגעלעבט פּרוּוון אויסצוראָטן זײַנע רעדערס, זײַן ליטעראַטור און די שפּראַך אַליין, און איז ווײַטער אַרויסגעשוווּמען ווי אַ לעבעדיקע קולטור־באַוועגונג מיט אָנהענגערס אומעטום.


די ייִדיש־ליגע גיט זיך געטרײַ אָפּ מיטן פֿאַרזיכערן, אַז ייִדיש זאָל בלײַבן רעלעוואַנט אין אַלע ספֿערן. מיר זענען דער פֿירנדיקער מקור פֿון מאָדערנעם לייען־מאַטעריאַל פֿאַר ייִדיש־לייענערס און ־סטודענטן. דורך אונדזערע אָנלײַן־אינטערוויוען מיט אָנגעזעענע שרײַבערס, געלערנטע, אַרטיסטן און כּלל־טוערס ציט די ייִדיש־ליגע אַרײַן רעדערס פֿון אַלע מדרגות פֿליסיקייט. אונדזערע לערנביכער און סטודענטישע אויסגאַבעס עפֿענען אויך ברייט די טיר אין דער ייִדיש־ליטעראַרישער וועלט אַרײַן און אינעם לעבן פֿון ייִדישן פֿאָלק.


אַז איר הייבט זיך שוין אָן צוגרייטן צו ראָש־השנה און צום נײַעם יאָר בעטן מיר, אַז איר זאָלט אויך העלפֿן פֿאַרזיכערן דעם קיום פֿון ייִדיש מיט אַ באַזונדערער מתּנה דער ייִדיש־ליגע.


אײַער בײַשטײַער וועט אונדז העלפֿן אָנפֿילן די שפּאַלטן פֿון אויפֿן שוועל מיט גרינטלעכע אַרטיקלען אויף טעמעס מיט אַ טיפֿן אינטערעס בײַ אונדזער לייענערשאַפֿט איבער דער וועלט, פֿון דער השפּעה פֿון ייִדישע יוגנט־באַוועגונגען ביז הײַנטיקע געאָפּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע פֿאַרלויפֿענישן. אײַער מתּנה וועט דערצו אויך שטיצן דאָס רעגולערע דערהײַנטיקן דאָס אַרומנעמיקע ענגליש־ייִדישע ווערטערבוך אָנלײַן, ווי אויך די יוטוב־אונטערנעמונגען – סײַ דירעקטע סײַ פֿון פֿריִער רעקאָרדירטע – און אונדזערע באַליבטע „ווערטער פֿון דער וואָך“, וואָס די אַלע באַרײַכערן יעדעס יאָר דאָס לעבן פֿון טויזנטער געבוירענע רעדערס, סטודענטן און ליבהאָבערס פֿון דער ייִדישער שפּראַך.


בשעת די קומעדיקע ימים־נוראָים, ווען מיר וועלן אָפּמערקן איין יאָר זינט די גרויליקע געשעענישן פֿונעם 7טן אָקטאָבער, לאָמיר זיך אינספּירירן מיטן געדײַיִקן לעבעוודיקייט פֿון ייִדיש בײַם אָנהאַלטן די האָפֿענונג אויף אַ נײַ יאָר פֿון שלום אין אונדזערע קהילות אין ישׂראל און איבער גאָר דער וועלט.

אין נאָמען פֿון דער ייִדיש־ליגע דאַנק איך אײַך פֿאַרן העלפֿן היטן און שטאַרקן דעם קיום פֿון ייִדיש.


מיר ווינטשן אײַך און אײַער גאַנצער משפּחה, איר זאָלט האָבן אַ גוט, געזונט און געבענטשט יאָר.

לשנה טובֿה תּכּתבֿו ותחתמו!



גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט

פֿאָרזיצער


Tayere fraynd,


Between Rosh Hashanah and Yom Kippur, we Jews have traditionally reflected on the things that bind us, that connect us, and that root us in community. The difficult events of this past year – from Hamas’ brutal attack on Israel to the unprecedented rise in antisemitism – have underscored the importance of our enduring bonds.


For lovers of Yiddish, mame-loshn is just such a tie that binds us together. It also gives us hope for the future, as Yiddish has survived attempts to eradicate its speakers, literature, and the very language itself, to emerge as a vibrant, cultural movement with devotees worldwide.


The League for Yiddish is dedicated to ensuring that Yiddish remains relevant both as a Jewish and a world language. We are the leading source of contemporary reading material for Yiddish readers and students. With our live online interviews, conducted in Yiddish, with prominent writers, scholars, artists and community leaders, the League engages Yiddish speakers at all levels of fluency. In addition, our textbooks and graded readers are a welcoming portal to the Yiddish literary world and the lives of Yiddish writers.


As you prepare to observe Rosheshone and the start of the Jewish New Year, please help to secure the future of Yiddish with your special gift to the League for Yiddish.


Your contribution will enable us to continue to fill the pages of Afn Shvel with in-depth articles on topics of keen interest to our global readership, from the impact of Yiddish youth movements to current geopolitical and social events. Your gift will also support updates to our on-line Comprehensive English-Yiddish Dictionary, YouTube live and recorded events, and our popular “Words of the Week,” all of which enrich the lives of thousands of native speakers, students and lovers of the Yiddish language each year.


As the High Holidays approach and we observe one year since the events of October 7, let us draw inspiration from the enduring vitality of Yiddish to help sustain our hopes for a New Year of peace in our communities, in Israel and throughout the world.


On behalf of the League for Yiddish, thank you for helping us to safeguard and strengthen the future of Yiddish.


With warm New Year greetings to you and yours,


Gitl Schaechter-Viswanath

Board Chair



The League for Yiddish is a 501(c)(3) organization 

which depends solely on your membership donations 

to provide you with the magazine Afn Shvel, "Yiddish Today,"

Yiddish educational materials, and other programming.

Facebook  Twitter  Instagram  Youtube