|
ווען ייִדיש האָט געקלונגען אין די גאַסן פֿון מעקסיקע
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיט
יעקבֿ פֿינקלמאַן
אַ געבוירענער אין שטאָט מעקסיקע אין די 1950ער יאָרן, איז פֿינקלמאַן אויפֿגעוואַקסן אין אַ קהילה וווּ ייִדיש איז געווען די שפּראַך פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן — אין דער היים, אין שול, אויף דער גאַס, און אין די טיפֿענישן פֿון דער נשמה.
אין דעם שמועס וועט ער דערציילן וועגן זײַנע יאָרן אין אַ ייִדישער שולע, פֿון משפּחה־לעבן און קהילה־זכרונות, און וועגן דעם לעבן פֿון ייִדיש אין מעקסיקע נאָך דער מלחמה.
מיר וועלן אויך הערן וועגן זײַן לאַנגיאָריקן פֿאַך — ווי ער האָט צוגעשטעלט וויסן אין טעלעקאָמוניקאַציע איבער דער וועלט — און וועגן זײַן עליה קיין ישׂראל, וווּ ער וווינט הײַנט.
זונטיק, דעם 18טן מײַ 2025/כ׳ אייר תּשפּ״ה
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
רעגיסטרירט זיך אויפֿן ווײַטערדיקן לינק פֿון „איווענטברײַט“:
https://www.eventbrite.com/e/when-yiddish-echoed-in-mexico-tickets-1362440669719
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
|