אַנדערע אופֿנים שטיצן
Other Ways Of Giving
די ייִדיש־ליגע איז אַן עיקרדיקער טויער אין דער רײַכער ייִדיש־ירושה אַרײַן. אַזוי ווי די צאָל אָנלײַנקלאַסן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור האָט זיך לעצטנס דראַמאַטיש געהעכערט – און מיר פֿרייען זיך אַוודאי דערמיט – הייסט דאָס אַז דער באַדאַרף פֿון אונדזער אַרבעט איז נאָך גרעסער ווי ווען נישט איז פֿריִער.
אַחוצן צושטיין ווי אַ מיטגליד, זײַט אַזוי גוט און העלפֿט אונדז ווײַטער פֿאַרשפּרייטן אונדזערע ייִדיש־פּובליקאַציעס, פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן, פֿילמען און פּראָגראַמען איבער גאָר דער וועלט. אָט ווי אַזוי:
-
העכערט די ווערט פֿון אײַער מתּנה דער ייִדיש־ליגע דורכן בעטן אַקעגנגעלט בײַ אײַער אַרבעט־געבער
-
שענקט דער ייִדיש־ליגע ווערטפּאַפּירן/אַקציעס שטאָטס מזומן
-
רעקאָמענדירט אַ מתּנה דער ייִדיש־ליגע דורך אײַער פֿאָנד אָריענטירט פֿונעם געבער
-
גיט אַ צדקה־מתּנה דער ייִדיש־ליגע דירעקט פֿון אײַער אײַ־אַר־איי. אַזוינע מתּנות זענען פֿרײַ פֿון פֿעדעראַלע הכנסה־שטײַערן
-
נעמט אַרײַן די ייִדיש־ליגע אין אײַער ירושה־פּלאַנירונג
-
ווילט איר שטיצן אַ ספּעציעלן פּראָיעקט? לאָזט אונדז וויסן וואָס אײַך פֿאַראינטערעסירט – שרײַבט אונדז אויפֿן בליצאַדרעס דאָ אונטן.
די ייִדיש־ליגע איז אַן אַמעריקאַנער צדקה־אָרגאַניזאַציע פֿון דער קאַטעגאָריע
(3)(c)501, מיט איר הויפּטקוואַרטיר אין שטאָט ניו־יאָרק.
אונדזער פֿעדעראַלער שטײַער־אידענטיפֿיציר־נומער איז 13-1502317.
אַלע בײַשטײַערס קען מען אַראָפּרעכענען פֿון די שטײַערן אויף וויפֿל דאָס אַמעריקאַנער געזעץ דערלאָזט עס.
אַז איר ווילט מיט אונדז כאַפּן אַ שמועס וועגן מעגלעכע בײַשטײַער־געלעגנהייטן, צי איר ווילט נאָך אינפֿאָרמאַציע, שרײַבט אונדז אויף: info@leagueforyiddish.org