-
פֿאָלקס־מעשׂיות, לעגענדעס און חסידישע דערציילונגען | Folktales, Legends, and Hasidic Stories
ליטעראַטור
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
צווישן טראַדיציע און פֿאַנטאַזיע, פֿאָלקלאָר און אמונה, האָבן ייִדישע מעשׂיות זיך אַנטוויקלט אין פֿאַרשיידענע אופֿנים. אין דעם שמועס וואַנדערן מיר אין אַ וועלט פֿון פֿאָלקס־מעשׂיות, לעגענדעס, מדרשים און חסידישע דערציילונגען וואָס האָבן נאָך אַלץ אַ שטאַרקן כּוח און ווערן באַנײַט ביזן הײַנטיקן טאָג.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 26סטן מײַ 2026 | אויף זום
-
די געשיכטע פֿון אַרבעטער־רינג אין מאָנטרעאָל | The History of the Workmen’s Circle in Montreal
זכרונות
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
די געשיכטע פֿונעם אַרבעטער־רינג אין מאָנטרעאָל
מער ווי אַ יאָרהונדערט לאַנג האָט דער אַרבעטער־רינג געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם ייִדישן לעבן פֿון מאָנטרעאָל. די אָרגאַניזאַציע איז געווען איינע פֿון די וויכטיקסטע וועלטלעכע ייִדישע כּוחות אין דער שטאָט און האָט אין משך פֿון לאַנגע יאָרן אַנטוויקלט אַ רײַך קולטור־ און געזעלשאַפֿטלעך לעבן.
באַקענט זיך מיט דעם יחיד וואָס האָט אָנגעפֿירט דעם אַרבעטער־רינג אין מאָנטרעאָל אין אירע לעצטע יאָרן. קוקט זיך צו צום זומישן שמועס צווישן אלי בענעדיקט און שלום (סאָל) עדלשטיין
אין די ערשטע יאָרן פֿונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט זענען געווען אַ ריי אַרבעטער־רינג-„ברענטשעס", וואָס האָבן געפֿירט אַ רײַכע קולטור־אַרבעט: געפֿירט שולן, טעאַטער־טרופּעס און כאָרן, און אָרגאַניזירט אַ סך אַנדערע קולטור־אַקטיוויטעטן. במשך די יאָרן האָבן זיך די „ברענטשעס" צו ביסלעך פֿאַרמאַכט, און די פֿאַרבליבענע אַקטיוויטעטן האָבן זיך צונויפֿגעקליבן אין איין הויז. אין דעם לעצטן יאָר האָט זיך אויך דאָס הויז פֿאַרמאַכט. מיט דעם האָט זיך געענדיקט אַ לאַנגער קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון דעם אַרבעטער־רינג אין מאָנטרעאָל. אין אונדזער שמועס וועט שלום עדלשטיין דערציילן וועגן די „ברענטשעס", וועגן דעם לעבן און די אויפֿטוען וואָס האָבן זיך געפֿירט אין דעם הויז, און וועגן זײַנע אייגענע איבערלעבונגען אין די לעצטע יאָרן פֿון דער אָרגאַניזאַציע.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 24סטן אַפּריל 2026 | אויף זום
-
הערי פּאָטער, קאַמער פֿון סודות, קאַפּיטל 6 | Harry Potter In Yiddish! Chamber of Secrets, Chapter 6
ליטעראַטור
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
הערי פּאָטער און די קאַמער פֿון סודות
הערט זיך צו ווי אַרעלע שעכטער ווישוואַנאַט לייענט דראַמאַטיש פֿאָר דעם זעקסטן קאַפּיטל פֿון זײַן אויטאָריזירטער איבערזעצונג פֿון „הערי פּאָטער און דיר קאַמער פֿון סודות" אויפֿן טיטל „גילדערוי לאָקהאַרט".
לייענט מיט אָדער מיטן ייִדישן באַנד אָדער מיטן ענגלישן באַנד.
דעם טעקסט האָבן מיר אײַך אויך צוגעשטעלט אויפֿן עקראַן!
דאָס בוך איז אַרויס דורכן פֿאַרלאַג „אָלניאַנסקי טעקסט" אין שוועדן, 2024. דערווײַל זענען שוין אַרויס צוויי ביכער אין דער סעריע: „הערי פּאָטער און דער פֿילאָסאָפֿישער שטיין" און „הערי פּאָטער און די קאַמער פֿון סודות". איר קענט קויפֿן ביידע ביכער (ווי אויך אַנדערע ביכער) אָט דאָ:
https://www.leagueforyiddish.org/literatur.html
די רעקאָרדירטע פֿאָרלייענונג איז טייל פֿון אונדזער סעריע „געהערט אַ מעשׂה!", אַ פּראָיעקט פֿון דער ייִדיש־ליגע וואָס צילעוועט צו מאַכן דאָס געשריבענע ייִדיש מער צוטריטלעך פֿאַר ייִדיש־רעדערס און ־סטודענטן.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 24סטן מאַרץ 2026
-
דאָס אויפֿוואַקסן חסידיש אין ווין: אַ לעבנסבילד | Growing Up Hasidic in Vienna: A Yiddish Portrait
ייִדיש הײַנט
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
געבוירן אין ווין בײַ אַ חסידישער סלאָנימער משפּחה, אַ צאַנזער־רבישער אייניקל — איידל מלוביצקי טראָגט אין זיך אַ לעבעדיק לעבנסבילד פֿון אַ חסידישער וועלט אין אַ מאָדערנער שטאָט. אין איר דערציילן פֿאַרבינדן זיך פּערזענלעכע זכרונות מיט קהילות־געשיכטע, און ייִדיש בלײַבט די שליסלשפּראַך פֿאַר ביידע. קוקט זיך צו צום זומישן שמועס צווישן אלי בענעדיקט און אײדל מלוביצקי (מאַלאָוויצקי).
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 14טן מאַרץ 2026 | אויף זום
-
יום־טובֿ לכּבֿוד דעם נײַעם פּרץ־ביכל פֿאַר סטודענטן | A celebration of the Peretz student reader
ליטעראַטור
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין אויגוסט 2025 האָט די ייִדיש־ליגע אַרויסגעגעבן דאָס ביכל אויפֿן װעג: זיבן דערציילונגען פֿון י.־ל. פּרץ – מיט זיבן קלאַסישע דערציילונגען פֿונעם גרויסן שרײַבער י־.ל פּרץ, פֿאַרקירצט און באַאַרבעט פֿון משהלע אַלפֿאָנסאָ, פֿאַר ייִדיש־סטודענטן און ־לערנערס. אומזיסטע מיט אומזיסטע רעקאָרדירונגען.
אויף דער אונטערנעמונג האָט משהלע דערציילט וועגן זײַן אייגנאַרטיקן צוגאַנג צו דעם פּראָיעקט און האָט פֿאָרגעלייענט אויסצוגן דערפֿון. די עולם האָט געהערט ווי מע קען פּרצן צופּאַסן צו אַ סטודענטישער מדרגה אָן צו פֿאַרלירן דעם תּמצית און חן פֿון פּרצעס אָריגינאַל!
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 12טן פֿעברואַר 2026
-
פּערל גליק: פֿון באָראָ־פּאַרק צו שאַפֿן פֿילמען | Pearl Gluck: From Borough Park to creating films
זכרונות
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
ייִדיש און דאָס דערציילן מעשׂיות אין הײַנטיקן קינאָ
וואָס געשעט ווען אַ יונגע פֿרוי פֿאָרט זוכן אַ פֿאַרלוירענע געבענטשטע חסידישע סאָפֿע אין אונגערן, און געפֿינט דווקא אַ נײַעם קונסטוועג וואָס ברענגט ייִדיש אין קינאָ אַרײַן, און הייבט אָן אַ געראָטענע פֿילם־קאַריערע? קוקט זיך צו צום זומישן שמועס צווישן אלי בענעדיקט און פּראָפֿ׳ פּערל גליק.
מיר שמועסן וועגן איר שאַפֿערישן פּראָצעס, ווי ייִדיש שפּילט אַ ראָלע אין אירע פֿילמען, און די געשיכטע הינטער געוויסע סצענעס. מיר באַווײַזן אויך קורצע אויסצוגן צו פֿאַרטיפֿן דעם שמועס.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 19טן יאַנואַר 2026 | אויף זום
-
הערי פּאָטער: דער טרונקען־מײַסטער | Harry Potter In Yiddish! The Potions Master
ליטעראַטור
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
הערי פּאָטער: דער טרונקען־מײַסטער
הערט זיך צו ווי אַרעלע שעכטער ווישוואַנאַט לייענט דראַמאַטיש פֿאָר דעם אַכטן קאַפּיטל פֿון זײַן אויטאָריזירטער איבערזעצונג פֿון „הערי פּאָטער און דער פֿילאָסאָפֿישער שטיין" אויפֿן טיטל „דער טרונקען־מײַסטער".
לייענט מיט אָדער מיטן ייִדישן באַנד אָדער מיטן ענגלישן באַנד.
דעם טעקסט האָבן מיר אײַך אויך צוגעשטעלט אויפֿן עקראַן!
דאָס בוך איז אַרויס דורכן פֿאַרלאַג „אָלניאַנסקי טעקסט" אין שוועדן, 2020. דערווײַל איז שוין אַרויס אַ צווייט בוך אין דער סעריע „הערי פּאָטער און די קאַמער פֿון סודות".
איר קענט קויפֿן ביידע ביכער (ווי אויך אַנדערע ביכער) אָט דאָ:
https://www.leagueforyiddish.org/literatur.html
די רעקאָרדירטע פֿאָרלייענונג איז טייל פֿון אונדזער סעריע „געהערט אַ מעשׂה!", אַ פּראָיעקט פֿון דער ייִדיש־ליגע וואָס צילעוועט צו מאַכן דאָס געשריבענע ייִדיש מער צוטריטלעך פֿאַר ייִדיש־רעדערס און ־סטודענטן. מיר וועלן צוגעבן נאָך קאַפּיטלעך בקרובֿ!
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 18טן דעצעמבער 2025
-
„ווערטער פֿון דער וואָך“ ווערט בר־מיצווה! | "Verter fun der Vokh" Celebrates Its Bar-Mitzvah!
שפּראַכפֿאָרשונג
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
זינט פֿעברואַר 2013 שטעלט די ייִדיש־ליגע יעדע וואָך אַרויס „ווערטער פֿון דער וואָך" – די פּאָפּולערע סעריע טעמאַטישע ייִדישע ווערטער וואָס האָבן אַרײַנגעצויגן אָן אַ שיעור לייענערס און סטודענטן אַרום דער וועלט. במשך די יאָרן האָט מען באַוויזן עטלעכע הונדערט רשימות אויף אַלע מינים טעמעס: פֿון יום־טובֿים און עסנוואַרג ביז פּאָליטיק, געזעלשאַפֿט און אַפֿילו קלאַנגען פֿון חיות.
אין דעם שמועס באַשרײַבט די פֿאָרזיצערין און רעדאַקטאָר גיטל שעכטער־װישװאַנאַט די דרײַצן יאָר אַרבעט, ווי די רשימות האָבן זיך אָנגעהויבן, וואָס פֿאַר אַ חידושים קומען יעדעס מאָל אַרויס, און וועלכע טעמעס רײַסן מיט דעם לייענער. זי דערציילט אויך וועגן איר פּאָעזיע, איר ייִדישיסטישער אויפֿציִונג אויף דער „ביינברידזשיווקע" (אין די בראָנקס), און איר ריזיקער האָרעוואַניע בײַם רעדאַקטירן דאָס אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 18טן דעצעמבער 2025 | אויף זום
-
וויווי לאַקס: ייִדיש אין לאָנדאָן |Vivi Lachs: East End Jews, Sketches from the London Yiddish Press
ליטעראַטור
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אַ פֿאַרכאַפּנדיקן שמועס צווישן שבֿע צוקער און דער באַקאַנטער היסטאָריקערין פֿונעם לאָנדאָנער ייִדישן ציבור וויווי לאַקס, וואָס רעדט וועגן איר נײַ בוך:
East End Jews: Sketches from the London Yiddish Press
צווישן 1884 און 1954 האָט די לאָנדאָנער פּרעסע אַרויסגעגעבן הונדערטער פֿעליעטאָנען פֿון אָרטיקע שרײַבערס וועגן לאָנדאָנער ייִדישן לעבן. די קורצע דערציילונגען זענען סאַטיריש, קאָמיש און רירנדיק, אויף טשיקאַווע טעמעס ווי, למשל: מלחמה אין דער היים צווישן די מינים, פּאָליטיק אין די קאַפֿעען, און ספֿרי־תּורה אויף די גאַסן. די דערציילונגען האָבן געשריבן סײַ גוט באַקאַנטע שרײַבער (למשל, מאָריס ווינטשעווסקי, יוסף־חיים ברענער און אסתּר קרייטמאַן), סײַ היפּש ווייניקער באַקאַנטע.
וויווי לאַקס און שבֿע צוקער (ייִדיש־לערער און געוועזענער רעדאַקטאָר פֿון אויפֿן שוועל) שטעלן אין איינעם פֿאָר אַ ריי פֿעליעטאָנען – אויף ענגליש און ייִדיש – און רעדן אַרום די טעמעס וואָס די פּרעסע האָט אַרויסגעהויבן.
אויף ייִדיש+ענגליש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 13טן נאָוועמבער 2025
-
זיבן דערציילונגען פֿון י.־ל. פּרץ | Zibn dertseylungen fun Y.-L. Perets
ליטעראַטור
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
לכּבֿוד דעם אַרויסקום, דורך דער ייִדיש־ליגע, פֿונעם נײַעם לייענביכל פֿאַר סטודענטן,
אויפֿן װעג: זיבן דערציילונגען פֿון י.־ל. פּרץ
אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און משהלע אַלפֿאָנסאָ וואָס האָט פֿאַרקירצט און באַאַרבעט די דערציילונגען.
דאָס נאָוואַטאָרישע ביכל גיט דעם לייענער אַ צוטריט צו קלאַסישע ייִדיש־דערציילונגען דורך אַ זײַט־בײַ־זײַטיקן גלאָסאַר, שמועס־פֿראַגעס, און קלאַנג־רעקאָרדירונגען פֿון די דערציילונגען. אין דעם אינטערוויו הערן מיר וועגן דעם פּראָצעס פֿון שאַפֿן דאָס ביכל, און געקליבענע אויסצוגן דערפֿון.
דאָס ביכל איז צום באַקומען אויף:
https://www.leagueforyiddish.org/peretz.html
נישט קיין מיטגליד פֿון דער ייִדיש־ליגע: $35 | מיטגליד: $32
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 11טן אָקטאָבער 2025 | אויף זום
-
Dr. Miriam Trinh: Out of the Depths of the YIVO Archives – Chaim Grade’s Novel Sons and Daughters
ליטעראַטור
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
באַקענט זיך מיט דער שעף־רעדאַקטאָרשע פֿונעם זשורנאַל אויפֿן שוועל, ד״ר מרים טרין. האָט הנאה, און לערנט זיך, פֿון איר פֿאַרכאַפּנדיקער לעקציע
„אַפֿיר פֿון די טיפֿענישן פֿונעם ייִוואָ-אַרכיוו – חיים גראַדעס ראָמאַן זין און טעכטער".
מרים האָט אויך געכאַפּט אַ שמועס מיטן עולם וועגן איר גאָר אינטערעסאַנטן לעבנס־מאַרשרוט פֿון פּוילן קיין ישׂראל, און ווי אַזוי זי איז געוואָרן אַ מומחהטע אין ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור.
פֿאָרזיצער: גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט.
די פּראָגראַם האָט מיטגעשטיצט דער ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט – ייִוואָ.
אויף ענגליש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 3טן סעפּטעמבער 2025
-
פֿאַרלוירענע אוצרות קערן זיך אום אין ייִוו״אָ | Allan Nadler: Vilna's Lost Treasures Return to YIVO
זכרונות
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און פּראָפֿ׳ ר׳ אַהרן (אַלען) נאַדלער.
אין דעם אינטערוויו קערן מיר זיך אום צו זײַנע יאָרן אין ייִוואָ, ווי אויך זײַנע געדאַנקען וועגן דער ייִדישער קולטור־ירושה און בכלל דער ראָלע פֿון אַרכיוון אין שאַפֿן דעם ייִדישן זכּרון.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 21סטן אויגוסט 2025 | אויף זום
-
יעקבֿ פֿינקלמאַן: ווען ייִדיש האָט געקלונגען אין מעקסיקע | When Yiddish Echoed in Mexico
זכרונות
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און יעקבֿ פֿינקלמאַן, אַ געבוירענער אין שטאָט מעקסיקע אין די 1940ער יאָרן, איז פֿינקלמאַן אויפֿגעוואַקסן אין אַ קהילה וווּ ייִדיש איז געווען די שפּראַך פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן — אין דער היים, אין שול, אויף דער גאַס, און אין די טיפֿענישן פֿון דער נשמה.
אין דעם שמועס דערציילט ער וועגן זײַנע יאָרן אין אַ ייִדישער שולע, פֿון משפּחה־לעבן און קהילה־זכרונות, און וועגן דעם לעבן פֿון ייִדיש אין מעקיסקע נאָך דער מלחמה.
איר וועט אויך הערן וועגן זײַן לאַנגיאָריקן פֿאַך — ווי ער האָט צוגעשטעלט וויסן אין טעלעקאָמוניקאַציע איבער דער וועלט — און וועגן זײַן עליה קיין ישׂראל, וווּ ער וווינט הײַנט.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 23סטן יוני 2025 | אויף זום
-
דובֿ־בער קאָטלערמאַן: צווישן פּאָעזיע און פֿאָרשונג | Dov-Ber Kotlerman: Between Poetry & Research
זכרונות
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און פּראָפֿ׳ דובֿ־בער (בערל) קאָטלערמאַן, דעם שמועס האָט מען אָפּגעהאַלטן לכּבֿוד פּראָפֿ׳ קאָטלערמאַנס נײַעם ביכל פּאָעזיע אויף ייִדיש, „תּקיעת־כּף: דיפּטיכלעך" (Handclasp: Diptychs), וואָס איז לעצטנס אַרויס בײַם ניו־יאָרקער פֿאַרלאַג ציק"אָ. דער באַנד שטעלט פֿאָר פּאָעטישע פּאָרן – דיפּטיכן – וואָס באַהאַנדלען אייגנאַרטיקע טעמעס דורך פֿאַרשיידענע שטימען און באַטראַכטונגען.
אין דעם שמועס לייענען מיר געקליבענע לידער זײַנע און שאַצן דעם שאַפֿערישן וועג וואָס האָט געבױט די לידער פֿון אינעווייניק אַרויס, צוזאַמען מיט אייבערטענער פֿון זײַן ברייטערער אַרבעט אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדישער קולטור, ליטעראַטור און געדאַנק.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 12טן מײַ 2025 | אויף זום
-
בלעטער פֿון װין: די געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאַרלאַג | Pages of Vienna: The Yiddish Publishing Story
ליטעראַטור
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
„געשיכטע פֿון ייִדיש" אויף יוטוב, קאַפּיטל 4.
אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און ד"ר טאָמאַס סאָקסבערגער, מיר דיסקוטירן סאָקסבערגערס נײַ בוך, Gründen wir einen jiddischen Verlag! Jiddische Bücher, Zeitschriften und Broschüren aus Wien. Eine kommentierte Bibliographie („לאָמיר גרינדן אַ ייִדישן פֿאַרלאַג! ייִדישע ביכער, זשורנאַלן און בראָשורן פֿון װין – אַן אַנאָטירטע ביבליאָגראַפֿיע"). די אַרבעט באַטראַכט די ייִדישע פּובליקאַציעס אין װין און גיט אַן אַרײַנבליק אין אירע ביכער, צײַטשריפֿטן און בראָשורן. מיר אַנטדעקן די רײַכע געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאַרלאַג אין װין און זײַן ברייטערע השפּעה אויפֿן ייִדישן לעבן אין שטאָט.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 27סטן מאַרץ 2025 | אויף זום
-
אלי שאַרפֿשטיין: ווילנע פֿון צווייטן דור | Eli Sharfstein: Vilna of the Second Generation
וועגן טעאַטער
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און אלי שאַרפֿשטיין.
אלי שאַרפֿשטיין, אַ זון פֿון אַקטיווע ווילנער ייִדישע טעאַטער־קינסטלער וואָס וווינט הײַנט אין ישׂראל, האָט אָנגעשריבן זײַנע זכרונות און דערציילונגען אין ביכער ווי מײַן ווילנער זאַוווּליק און דער זעלנער שלאָפֿט, און די דינסט גייט ווײַטער: בילדער פֿון דער רוסישער אַרמיי, וואָס וועט בקרובֿ אַרויס. מיר שמועסן מיט אים וועגן ווילנע נאָכן חורבן, אין די פֿופֿציקער און זעכציקער יאָרן. שאַרפֿשטיין איז אויך דער מחבר פֿון פּלוצעם ייִדיש, אַן עלעקטראָניש פּאָעזיע־ביכל וואָס טראָגט אַ טיף פּערזענלעך קול פֿון אַ ווילנער געוואַקסענעם. דורך דעם אינטערוויו וועלן מיר הערן פֿון זײַנע זכרונות און לייענען געקליבענע שטיקלעך פֿון זײַנע שאַפֿונגען.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 13טן פֿעברואַר 2025 | אויף זום
-
קלאַודיאַ ראָזענצווײַג: ייִדיש אין 16טן יאָרהונדערט | Claudia Rosenzweig: Yiddish in the 16th Centur
ליטעראַטור
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און פּראָפֿ' קלאַודיאַ ראָזענצווײַג, מיר שמועסן וועגן דער גאָר אינטערעסאַנטער געשיכטע פֿון ייִדישע ביכער און דרוקערײַ אין דעם 16טן יאָרהונדערט, און בפֿרט וועגן ייִדיש אין איטאַליע. צווישן יענע ביכער געפֿינען זיך באַקאַנטע ביכער ווי אליהו בחורס בבֿא־בוך; קו (קויא)־בוך און נאָך. מיר רעדן אויך בכלל וועגן אַלט־און מיטל־ייִדיש, און דעם אונטערשייד מיטן מאָדערנעם ייִדיש, באַזירט אויף ראָזענצווײַגס פֿאָרשונג אויף אָט דער טעמע.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 7טן יאַנואַר 2025 | אויף זום
-
האָבן די רבנים געקעמפֿט קעגן די משׂכּילים?|Did the Rabbis Wage War Against Enlightenment Thinkers?
ליטעראַטור
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און יוחנן לאָווען, מיר שמועסן וועגן לאָווענס פֿאָרשאַרבעט אויף דער טעמע. בפֿרט רעדן מיר אַרום די נישט־דערציילטע פֿאַקטן, למשל, דאָס וואָס די רבנים האָבן געשטיצט באַוווּסטע משׂכּילים ווי, למשל, משה מענדעלסאָן און נפֿתּלי הערץ וויזעל. מיר רעדן אויך וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון די חרמות און קאַמפֿן קעגן זיי מצד די פֿרומע קרײַזן וואָס גייען נאָך אָן ביזן הײַנטיקן טאָג.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 1טן דעצעמבער 2024 | אויף זום
-
די וויליאַמסבורגער מיידל וואָס איז געוואָרן אַ ראָקשטערן A Williamsburg girl who became a rock star
וועגן מוזיק
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און ריקי רויז, די וויליאַמסבורגער מיידל וואָס איז געוואָרן אַ ראָקשטערן.
ריקי רויז איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ סאַטמערער משפּחה, האָט חתונה געהאַט, און דערנאָך פֿאַרלאָזט די חסידישע קהילה. זי איז הײַנט באַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט ווי אַ קאָמפּאָזיטאָרין און זינגערין פֿון ייִדישע לידער, ווי אויך אַ ייִדיש־קאָמיקער אין קורצע פֿילמען און אַ בעל־משפּיע אין דער סאָציאַלער מעדיע.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 13טן אָקטאָבער 2024 | אויף זום
-
ירמיהו אַהרן טאַוב: אַ ישיבֿה–בחור וואָס איז געוואָרן אַ פּאָעט | A yeshiva boy who became a poet
ליטעראַטור
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און ירמיהו אַהרן טאַוב. הערט וועגן זײַנע ביכער און איבערזעצונגען, בפֿרט וועגן זײַן נײַ בוך,
Blessed Hands: Stories, אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון פֿרומע האַלפּערנס געבענטשטע הענט: דערציילונגען. מיר לייענען פֿאָר פֿון זײַן פּאָעזיע, און שמועסן וועגן טאַובס אייגענע לעבנס־געשיכטע.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 11טן אויגוסט 2024 | אויף זום
-
200 באַהאַלטענע לעבנס־געשיכטעס פֿון ייִדן אין אַמעריקע | 200 Hidden Stories of Jewish America
ליטעראַטור
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און פּראָפֿ' דניאל סויער. הערט וועגן דער געשיכטע פֿון דעם אויטאָביאָגראַפֿיע־קאָנקורס וואָס דער ייִוואָ האָט אָפּגעהאַלטן אין יאָר 1942, אויף דער טעמע „פֿאַר וואָס בין איך אַוועק פֿון דער אַלטער היים, און וואָס איך האָב דערגרייכט אין אַמעריקע". איבער 200 „געוויינטלעכע", טאָג־טעגלעכע מענטשן האָבן אַרײַנגעשיקט זייער לעבנס־געשיכטע. מיר לייענען עטלעכע בײַשפּילן פֿון אָט די אוצרות, און באַקענען זיך מיט עטלעכע פֿון די שרײַבערס און זייער לעבן. מיר רעדן אויך אַרום סויערס אייגענע געשיכטע, זײַנע ביכער און פֿאָרשונגען.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 21סטן יולי 2024 | אויף זום
-
אָלניאַנסקיס ייִדישער פֿאַרלאַג אין שװעדן | The Olniansky Yiddish publishing house in Sweden
ליטעראַטור
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און קאָליע (ניקאָלײַ) אָלניאַנסקי. הערט וועגן דער געשיכטע פֿון זײַן ייִדיש־פֿאַרלאַג; די שרײַבערס וואָס דרוקן זיך דאָרט און זייערע ביכער, אַרײַנגערעכנט באַקאַנטע איבערזעצונגען ווי דער האָביט און הערי פּאָטער, ווי אויך אָריגינעלע שאַפֿונגען ווי יצחק באַשעוויסעס שׂונאים: געשיכטע פֿון אַ ליבע. מיר רעדן אויך אַרום זײַן אייגענע געשיכטע, און זײַן שאַפֿן קינדערביכלעך.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 23סטן יוני 2024 | אויף זום
-
שפֿרה לאָווען: פֿון קרית טאָהש צום אומבאַוווּסטן | Shifra Lowen: From Kiryas Tosh to the unknown
וועגן מוזיק
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און שפֿרה לאָווען, הערט וועגן איר איבערלעבונג פֿון אויפֿוואַקסן, און אױפֿהאָדעװען אַ משפּחה, אין אַ קליין חסידיש דערפֿל אין קוועבעק; וועגן מיידל־חינוך און ייִדיש־שאַפֿונג אין דער קהילה, אַרײַנגערעכנט אירע אָריגינעלע ייִדיש־לידער וואָס זענען באַקאַנט געוואָרן איבער דער חסידישער וועלט. מיר רעדן אויך אַרום איר לעבנסוועג פֿון פֿאַרלאָזן די קהילה צוזאַמען מיט איר גאַנצער משפּחה.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 17טן מײַ 2024 | אויף זום
-
מענדל פּאַנעט: אַ רביש קינד + ייִדישע קאָמיקס Mendel Paneth: A Royal Hasidic Child & Yiddish Comics
ליטעראַטור
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: קוקט זיך צו צום שמועס צווישן אלי בענעדיקט און ר׳ מענדל הערש פּאַנעט הערט וועגן זײַן לעבן ווי אַ רביש קינד; מעשׂיות וועגן זײַן חסידישער דינאַסטיע, און וועגן די קליידער און מינהגים וואָס זענען אייגנאַרטיק פֿאַר רבישע קינדער. הערט אויך ווי ער האָט אײַנגעפֿירט קאָמיקס־שאַפֿונג אויף ייִדיש אין דער חסידישער וועלט דורך זשורנאַלן און ביכער וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן. מיר וועלן אויך אַרומרעדן די פֿאַרשידענע סאָרטן שאַפֿונג פֿאַרבונדן מיט זײַן אַ דרשן, חזן, שרײַבער, גראַפֿיקער, מאָלער און אַפֿילו אַ היימישער קאָכלערער.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 19טן אַפּריל 2024
-
יעד בירן: ייִדיש אין תּל־אָבֿיבֿ | Yaad Biran: Yiddish in Tel Aviv
וועגן טעאַטער
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און ד״ר יעד בירן הערט וועגן ייִדיש־שאַפֿונג און ־שרײַבערס אין ארץ־ישׂראל און אין תּל־אָבֿיבֿ בפֿרט, און וועגן דעם מעמד פֿון ייִדיש אַקעגן העברעיִש, אַ מאָל און הײַנט. מיר רעדן אויך אַרום ייִדיש אין תּל־אָבֿיבֿ הײַנטיקע צײַטן, אַרײַנגערעכנט זײַן אַרבעט ווי אַ ייִדיש־טורפֿירער און שרײַבער פֿון ייִדיש־קאַבאַרעטן.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 6טן מאַרץ 2024 | אויף זום
-
דובֿ־בער קערלער: די מאָדערנע ליטעראַטור־שפּראַך | Dov-Ber Kerler: Modern Literary Yiddish
ליטעראַטור
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: די מאָדערנע ליטעראַטור־שפּראַך, אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קערלער דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור־שפּראַך און ־שריפֿט: וואָס דאָס הייסט, און ווען און וווּ ס׳האָט זיך אַנטוויקלט. דערבײַ וועט איר אויך קענען זען עטלעכע מוסטערביכער. מיר רעדן אויך אַרום דעם אָנהייב פֿון דער פּאָעזיע אויף ייִדיש, און קערלערס אייגענע פּאָעזיע.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 2טן פֿעברואַר 2024 | אויף זום
-
Avrum Burstein: Klezmer tradition in Israel | אַבֿרום בורשטיין: די כּלי־זמר־טראַדיציע אין ארץ־ישׂראל
וועגן מוזיק
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און ד״ר יעד בירן הערט וועגן ייִדיש־שאַפֿונג און ־שרײַבערס אין ארץ־ישׂראל און אין תּל־אָבֿיבֿ בפֿרט, און וועגן דעם מעמד פֿון ייִדיש אַקעגן העברעיִש, אַ מאָל און הײַנט. מיר רעדן אויך אַרום ייִדיש אין תּל־אָבֿיבֿ הײַנטיקע צײַטן, אַרײַנגערעכנט זײַן אַרבעט ווי אַ ייִדיש־טורפֿירער און שרײַבער פֿון ייִדיש־קאַבאַרעטן.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 27סטן דעצעמבער 2023 | אויף זום
-
Prof. Simon Neuberg: Yiddish literature beginnings|פּראָפֿ' שמעון נויבערג: אָנהייב ייִדיש-ליטעראַטור
ליטעראַטור
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
געשיכטע פֿון ייִדיש" קאַפּיטל ב' (2)„
דער אָנהייב פֿון ליטעראַטור אויף ייִדיש
קוקט זיך צו צום שמועס צווישן אלי בענעדיקט און פּראָפֿ' שמעון נויבערג, און הערט וועגן דער פֿריסטער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור; די פֿאַרשידענע שיטות בנוגע דעם שורש פֿון אונדזער שפּראַך; און די ערשטע טעקסטן וואָס מיר האָבן. מיר וועלן אויך אַרומרעדן אַלט־ייִדיש אַנטקעגן מיטל־ייִדיש, די פֿאַרשידענע סאָרטן טעקסטן, ביכער, שרײַבערס, לייענערס און דרוקערײַען וואָס האָבן עקסיסטירט אין יענער תּקופֿה.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 1טן נאָוועמבער 2023 | אויף זום
-
Chana Pollack: A View Of the Forward Archive | חנה פּאָלאַק: אַ בליק אויפֿן פֿאָרווערטס-אַרכיוו
ייִדיש הײַנט
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: אַ בליק אויפֿן פֿאָרווערטס-אַרכיוו, אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און דער אַרכיװיסטקע בײַם פֿאָרווערטס: חנה פּאָלאַק.
הערט וועגן דער געשיכטע פֿון דער סאַמע לאַנגיאָריקער ייִדישער צײַטונג, דעם פֿאָרווערטס; וועגן דעם אַרכיוו און וואָס פֿאַר אַ מאַטעריאַלן זענען דאָרטן פֿאַראַן; וווּ מע קען געפֿינען אַלע אַלטע נומערן; און וועגן דער געוועזענער ראַדיאָ־סטאַנציע בײַם פֿאָרווערטס. מיר רעדן אויך אַרום חנהס אייגענע געשיכטע און איר אַרבעט בײַם אַרכיוו.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 15טן סעפּטעמבער 2023
-
Frieda Vizel: A taste of Hasidic Brooklyn | פרידא וויזעל: אַ טעם פֿון חסידישן ברוקלין
ייִדיש הײַנט
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: אַ טעם פֿון חסידישן ברוקלין, אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און פרידא וויזעל וועגן דעם לעבן אין דער חסידישער קהילה; דער געשיכטע פֿון איר פֿאַרלאָזן די קהילה; און איר אַרבעט ווי אַ טורפֿירער אין חסידישן ברוקלין. מיר רעדן אַרום אויך די טעמעס חסידישער חינוך, קינדערשפּילן אויף ייִדיש, חסידישע צײַטונגען און נאָך.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 14טן אויגוסט 2023 | אויף זום
-
Dr. Paul Glasser: The Beginnings of Yiddish | ד״ר הערשל גלעזער: דער אָנהייב פֿון ייִדיש
געשיכטע פֿון ייִדיש
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
קוקט זיך צו צום ווידעאָ פֿונעם זומישן וואַרשטאַט, געהאַלטן געוואָרן דורך דער ייִדיש־ליגע, אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און ד״ר הערשל גלעזער וועגן דער פֿריסטער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש; די פֿאַרשידענע שיטות בנוגע דעם שורש פֿון אונדזער שפּראַך, און די ערשטע מקורים. אויך רעדן מיר אַרום ד״ר מאַקס ווײַנרײַכס טעאָריע וואָס איז אָנגענומען געוואָרן דורך ס׳רובֿ פֿאָרשערס, און וועגן ד״ר גלעזערס ראָלע בײַם רעדאַקטירן מאַקס ווײַנרײַכס איבערגעזעצט בוך "History of the Yiddish Language".
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 18טן יולי 2023 | אויף זום
-
Elye Palevsky: Living in Yiddish and Yiddish Activism | עליע פּאַלעווסקי: אַ לעבן אויף ייִדיש
ייִדיש הײַנט
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און עליע פּאַלעווסקי, הערט וועגן זײַן משפּחהס געשיכטע און זייער אַרבעט לטובֿת ייִדיש אין ליטע און דערנאָך אין אַמעריקע, וואָס דאָס הייסט אויסוואַקסן אין אַ בונדישער שטוב, און וואָס דאָס באַטײַט זײַן אַ בונדיסט בײַם הײַנטיקן טאָג. מיר שמועסן אויך אַרום זײַנע פֿאַרשידענע ראָלעס אין ייִדישע אָרגאַניזאַציעס דורך די יאָרן.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 7טן יוני 2023 | אויף זום
-
מיכאל שניצלער: זײַן לעבן און מוזיק שאַפֿונג | Michael Schnitzler: His life and music
וועגן מוזיק
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: אַ נײַעם ווידעאָ לזכר און לכּבֿוד
דעם חשובֿן ייִדיש־זינגער און ־גראַמער
ר׳ מיכאל שניצלער ז״ל
@michoelschnitzlerofficial
וואָס איז ניפֿטר געוואָרן מיט אַ חודש צוריק, ל״ע אין יונגע יאָרן.
הערט זיך צו, װי אלי בענעדיקט איז אים מספּיד און באַטאָנט זײַן וויכטיקייט אין דער חסידישער וועלט, און אין דער וועלט פֿון ייִדישער מוזיק.
אין דעם ווידעאָ רעדט אלי אַרום וואָס ר׳ מיכאל האָט מחדש געווען דורך זײַנע יאָרן, און פֿאַר וואָס ס׳איז כּדאַי זיך צו באַקענען מיט אים אויב איר קענט אים נאָך נישט.
ר׳ מיכאל איז געבוירן געוואָרן אין יאָר תשכ״א (1961), און אַוועק מיט אַ חודש צוריק, כ״ג ניסן תשפ״ג (14 אַפּריל 2023). מיכאל איז געווען אַ באַוווּסטער זינגער אויף דער חסידישער גאַס, און אַרויסגעגעבן דורך זײַן לעבן איבער פֿופֿצן דיסקן, ס׳רובֿ פֿון זיי אויף ייִדיש.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 19טן מײַ 2023
-
Memorial workshop in honor of Rivka Basman Ben-Hayim | אַ וואַרשטאַט לזכר רבֿקה באַסמאַן בן־חיים
ייִדיש הײַנט
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
קוקט זיך צו צום רעדאַקטירטן ווידעאָ פֿונעם זומישן וואַרשטאַט, געהאַלטן געוואָרן דורך דער ייִדיש־ליגע בשותּפֿות מיטן ייִוואָ און „יאָ" – ייִדיש־אָרט
לכּבֿוד און לזכר דער אַנומלט פֿאַרשטאָרבענער ייִדיש־פּאָעטעסע
רבֿקה באַסמאַן בן־חיים ז״ל (ווילקאָמיר, 1925 – הרצליה, 2023)
מיט איר פּטירה האָט זיך געענדיקט אַ גאַנצע ליטעראַרישע עפּאָכע אין דער ייִדיש־וועלט. זי איז געווען אַ טײַערער מענטש מיט אַ רײַך לעבן וואָס שפּיגלט זיך אָפּ אין איר פּאָעזיע.
בײַם צוקוקן זיך צום וואַרשטאַט וועט איר האָבן די געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט באַסמאַן בן־חיימס לידער פֿון פֿאַרשיידענע תּקופֿות. מיר לייענען און רעדן זיי אַרום אין איינעם, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון ד״ר מרים טרין, וואָס רעמט אײַן באַסמאַנס פּאָעטישע שאַפֿונג אין אַ היסטאָריש־ביאָגראַפֿישן קאָנטעקסט.
איר קענט אַראָפּלאָדן דעם לייען־מאַטעריאַל, אָט דאָ:
https://drive.google.com/file/d/1uf_UeEOr_dXDyCWGI4TN_edObxE7zIVt/view?usp=sharing
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 4טן מײַ 2023 | אויף זום
-
Bella Bryks-Klein: Yiddish in Israel | בעלאַ בריקס־קלײַן: וועגן ירחמיאל בריקס; ייִדיש אין ישׂראל
ייִדיש הײַנט
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און בעלאַ בריקס־קלײַן מען רעדט וועגן ייִדיש אין ישׂראל, ספּעציעל איר חודשלעכע פּובליקאַציע "וואָס? ווען? וווּ?", אַ בולעטין וואָס לאָזט וויסן אַלץ וואָס קומט פֿאָר אינעם קומעדיקן חודש אין ישׂראל בנוגע ייִדיש. מיר וועלן אויך רעדן וועגן איר טאַטן, דעם שרײַבער ירחמיאל בריקס, אין ליכט פֿון איר פֿאָרשאַרבעט, און ווערק וואָס זי האָט געשריבן וועגן אים. מיר וועלן אויך שמועסן וועגן אירע פֿאַרשידענע ראָלעס אין ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 7טן אַפּריל 2023
-
פֿיליפּ שוואַרץ: הײַנטצײַטיקער ייִדישיזם; מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן; נעאָ חסידיזם און נאָך
ייִדיש הײַנט
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און פֿיליפּ שוואַרץ, מען רעדט וועגן ייִדיש אין מיזרח־אייראָפּע, בפֿרט פּוילן און פּוילישע ייִדן; וואָס דאָס הייסט זײַן אַ הײַנטצײַטיקער ייִדישיסט אין מיזרח־אייראָפּע; נעאָ־חסידיזם און וווּ מען קען אַזוינס טרעפֿן אין דער ליטעראַטור; און ייִדיש־זשורנאַליזם און ־לערערײַ.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 17טן מאַרץ 2023 | אויף זום
-
דזשאַש וואַלעצקי: פּליטים צוזאַמען | Josh Waletzky: Refugees Together (Yiddish play)- Eng. subtitles
וועגן מוזיק
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן ד"ר איציק גאָטעסמאַן און דזשאַש וואַלעצקי. מען רעדט וועגן דעם ייִדישן טעאַטראַלישן קאָנצערט „פּליטים צוזאַמען" פֿון דזשאַש וואַלעצקי און דזשיין לעוויסאָן, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 26סטן מאַרץ 2023 אויפֿגעפֿירט פֿון דער פֿאָלקסבינע און דעם מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה (ניו־יאָרק).
דזשאַש וואַלעצקי, דער ניו־יאָרק־געבוירענער קאָמפּאָזיטאָר, און דער דראַמאַטורג דזשיין לעוויסאָן שטעלן פֿאָר אַ נײַעם טעאַטראַלישן קאָנצערט „פּליטים צוזאַמען" – אַ קול־קורא צו סאָלידאַריטעט מיט אַלע און אַלץ וואָס שטייט אין סכּנה. מיט דינאַמישע, וואָגיקע לידער וועגן אימיגראַציע און פּליטה, קלימאַטן־בײַט, ראַסיזם, מאַסן־שיסערײַען, אַנטיסעמיטיזם און אַנדערע מכּות אין דער הײַנטיקער וועלט, מוטיקן זיי אונדז אַלעמען אָן: „לאָמיר שליסן אָרעמס און פֿריִערט גיין אין גאַס צוזאַמען, צוזאַמען קעגן בלוט און האַס".
וואַלעצקי האָט אָנגעשריבן די לידער פֿאַר די יחידי־סגולה אין דער ייִדישער מוזיקאַלישער וועלט, אַרײַנגערעכנט:
דניאל קאַהן, סוועטאַ קונדיש, סאַשאַ לוריא, פּאָלינאַ שעפּאַרד, מערלין שעפּאַרד, איליאַ שנייווײַס, דזשייק שולמאַן־מענט, בעט סילווער און דבֿורה שטראַוס.
ביז איצט האָבן צוגעשטעלט שטיץ פֿאַר „פּליטים צוזאַמען":
דער צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ, די פֿונדאַציע א״נ קראָנהיל פּלעטקאַ, די ייִדיש־ליגע, דער צענטער פֿון מערבֿדיקע שטאַטן, דער ייִדישער ביכער־צענטער, דער ייִוואָ, און ייִדיש־ניו־יאָרק.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 5טן מאַרץ 2023
-
איזי פּאָזען: וועגן פֿיזיק אויף ייִדיש; חסידים אין לאָנדאָן | Physics in Yiddish; Hasidim in London
ייִדיש הײַנט
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און איזי פּאָזען מען רעדט וועגן זײַן יוטוב־קאַנאַל, וווּ ער פֿירט אָן מיט אַ סעריע וועגן פֿיזיק און וויסנשאַפֿט אויף ייִדיש. מיר וועלן אויך שמועסן וועגן אַרויסגיין פֿון דער חסידישער קהילה און זײַן הײַנטיקער באַציִונג מיט יענער קהילה.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 17טן פֿעברואַר 2023
-
סאָסיע־פֿרײדל פֿאָקס: וועגן פֿעמיניזם אין ייִדיש און נאָך | Sandra Fox: feminism in Yiddish and more
ייִדיש הײַנט
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און פּראָפֿ' סאָסיע־פֿריידל פֿאָקס מען רעדט וועגן פֿעמיניזם און איר פּאָדקאַסט „ווײַבערטײַטש". אויך וועגן ייִדישע זומער־לאַגערן אין אַמעריקע, און איר פּערזענלעכער געשיכטע: איר דערוואַקסנשאַפֿט, איר לערנען זיך ייִדיש, און אירע הײַנטיקע ראָלעס און אַקטיוויזם אין שײַכות מיט ייִדיש.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 3טן פֿעברואַר 2023 | אויף זום
-
Avremi Zaks: Yiddish radio, and more | אַבֿרהמי זאַקס: ראַדיאָ אויף ייִדיש, דײַטשמעריש און נאָך
שפּראַכפֿאָרשונג
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און אַבֿרהמי זאַקס מען רעדט וועגן זײַן אַרבעט ווי דער ייִדיש־ראַדיאָ־דיקטאָר און פּראָדוצירער בײַ דער ישׂראלדיקער וואָכיקער ראַדיאָ־פּראָגראַם „כּאן יידיש", ווי אויך זײַן פֿאָרשונג וועגן דײַטשמעריש אין ייִדיש און זײַן ייִדיש־לערערײַ.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 6טן יאַנואַר 2023 | אויף זום
-
Concert - Eléonore Biezunski | ייִדיש אין די הייכן: קאָנצערט פֿון עלעאָנאָר ביעזשונסקי
וועגן מוזיק
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
ייִדיש אין די הייכן
אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אינעם נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
אַ קאָנפֿערענץ צום 15טן יאָרצײַט פֿון ד״ר מרדכי שעכטער
אָפּגעהאַלטן אויף די קאַמפּוסן פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר (ניו־יאָרק)
דעם 20סטן־21סטן נאָוועמבער 2022
צווייטער טאָג, טייל 4
קאָנצערט פֿון עלעאָנאָר ביעזשונסקי
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 24סטן דעצעמבער 2022
-
Yiddish in the Heights: part 6 - Archives panel | ייִדיש אין די הייכן: טייל 6 - אַרכיוון
ייִדיש אין די הייכן: אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אינעם נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
ייִדיש אין די הייכן
אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אינעם נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
אַ קאָנפֿערענץ צום 15טן יאָרצײַט פֿון ד״ר מרדכי שעכטער
אָפּגעהאַלטן אויף די קאַמפּוסן פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר (ניו־יאָרק)
דעם 20סטן־21סטן נאָוועמבער 2022
צווייטער טאָג, טייל 3
אַרכיוון (פֿאָרזיצער: שולי בערגער)
הדסה מאַרגאָליס: „ייִדיש, קאָלאָמביע און דיגיטאַלע הומאַניסטיק אין מיטן 20סטן י״ה" (ענגליש)
יוסף ווײַסמאַן: „דאָס בויען דאָס אַלוועלטלעכע שטעטל: די ערשטע טריט פֿון דער אינטערנעץ אויף ייִדיש סוף 20סטן־אָנהייב 21סטן י״ה" (ענגליש)
דוד קריימער און נעמי סטײַנבערגער: „ייִדיש־אוצרות אין דער ביבליאָטעק פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאֵר" (ענגליש)
אויף ענגליש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 24סטן דעצעמבער 2022
-
Yiddish in the Heights: part 5 - Pedagogy panel | ייִדיש אין די הייכן: טייל 5 - ייִדישע פּעדאַגאָגיק
ייִדיש אין די הייכן: אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אינעם נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
ייִדיש אין די הייכן
אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אינעם נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
אַ קאָנפֿערענץ צום 15טן יאָרצײַט פֿון ד״ר מרדכי שעכטער
אָפּגעהאַלטן אויף די קאַמפּוסן פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר (ניו־יאָרק)
צווייטער טאָג, טייל 2
ייִדישע פּעדאַגאָגיק (פֿאָרזיצער: יאַנקל־פּרץ בלום)
ברוכה לאַנג: „לערנען מיט ייִדיש צוויי: אַ קאָמוניקאַטיווער צוגאַנג" (ייִדיש)
רבֿקה מאַרגאָליס: „לערנען דורך פֿילם: טעאָריע און פּראַקטיק" (ייִדיש)
אַסיאַ ווײַסמאַן שולמאַן: „די פּעדאַגאָגיק־פּראָגראַמען פֿאַר ייִדיש־לערערס בײַם ייִדישן ביכער־צענטער" (ייִדיש)
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 24סטן דעצעמבער 2022
-
Yiddish in the Heights: part 4 -Linguistic Panel | ייִדיש אין די הייכן: טייל 4 - ייִדישע לינגוויסטיק
ייִדיש אין די הייכן: אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אינעם נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
ייִדיש אין די הייכן
אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אינעם נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
אַ קאָנפֿערענץ צום 15טן יאָרצײַט פֿון ד״ר מרדכי שעכטער
אָפּגעהאַלטן אויף די קאַמפּוסן פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר (ניו־יאָרק)
דעם 20סטן־21סטן נאָוועמבער 2022
צווייטער טאָג, טייל 1
ייִדישע לינגוויסטיק (פֿאָרזיצער: דוד בראַון)
אײַזיק בלימאַן: „חסידים, ייִדישיסטן און שפּראַכיקע דיווערגענץ אין ניו־יאָרקער ייִדיש" (ייִדיש) – (איר קענט עס זען אין אַ באַזונדערע ווידיאָ, געשיקט געוואָרן דורכן בליצבריוו)
חיה רחל נאָווע: „פּראָ־ייִדיש־אַקטיוויזם אין חסידישע קהילות אין ניו־יאָרק נאָכן חורבן" (ייִדיש)
לילי קאַהן און סאָניאַ יאַמפּאָלסקאַיאַ: „הײַנטצײַטיקע צוויישפּראַכיקע פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן בײַ חרדים" (ענגליש, דורך זום)
הערשל גלעזער: „מרדכי שעכטער און די ׳פֿיר ייִדישע נאָרמיר־שיטות׳" (ייִדיש)
אויף ייִדיש+ענגליש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 24סטן דעצעמבער 2022 | אויף זום
-
Yiddish in the Heights: part 3 - Keynote speakers | ייִדיש אין די הייכן: טייל 3 - הויפּטרעדנערס
ייִדיש אין די הייכן: אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אינעם נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
ייִדיש אין די הייכן
אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אינעם נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
אַ קאָנפֿערענץ צום 15טן יאָרצײַט פֿון ד״ר מרדכי שעכטער
אָפּגעהאַלטן אויף די קאַמפּוסן פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר (ניו־יאָרק)
דעם 20סטן־21סטן נאָוועמבער 2022
ערשטער טאָג, טייל 3
הויפּטרעדנערס (פֿאָרזיצער: גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט)
פּראָפֿ׳ חנה נאָריך: „ייִדיש איז אַן עיקר" (ענגליש)
פּראָפֿ׳ דוד־הירש ראָסקעס: „שפּראַך־גלות און שפּראַך־באַנײַונג אין דער גרויסער שטאָט ניו־יאָרק: לזכּרון ר׳ מרדכי שעכטער" (ייִדיש)
אויף ייִדיש+ענגליש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 24סטן דעצעמבער 2022
-
Yiddish in the Heights: part 2 | ייִדיש אין די הייכן: טייל 2 - זכרונות פֿון ד״ר מרדכי שעכטער
ייִדיש אין די הייכן: אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אינעם נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
ייִדיש אין די הייכן:
אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אינעם נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
אַ קאָנפֿערענץ צום 15טן יאָרצײַט פֿון ד״ר מרדכי שעכטער
אָפּגעהאַלטן אויף די קאַמפּוסן פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר (ניו־יאָרק)
דעם 20סטן־21סטן נאָוועמבער 2022
ערשטער טאָג, טייל 2
זכרונות פֿון ד״ר מרדכי שעכטער (פֿאָרזיצער: שבֿע צוקער)
מרים אײַזיקס (ענגליש), יודזשין אָרענשטיין (ייִדיש), דוד בראַון (ייִדיש), איציק גאָטעסמאַן (ייִדיש), הערשל גלעזער (ייִדיש), שבֿע צוקער (ייִדיש), גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט (ייִדיש)
אויף ייִדיש+ענגליש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 24סטן דעצעמבער 2022
-
Yiddish in the Heights: part 1 | ייִדיש אין די הייכן: טייל 1 - ייִדיש אַמעריקע נאָכן דריטן חורבן
ייִדיש אין די הייכן: אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אינעם נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
ייִדיש אין די הייכן
אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אינעם נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
אַ קאָנפֿערענץ צום 15טן יאָרצײַט פֿון ד״ר מרדכי שעכטער
אָפּגעהאַלטן אויף די קאַמפּוסן פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר (ניו־יאָרק)
דעם 20סטן־21סטן נאָוועמבער 2022
ערשטער טאָג, טייל 1
באַגריסווערטער פֿון גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, פֿאָרזיצער, ייִדיש־ליגע
שולי רובין שוואַרץ, קאַנצלער, ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר
אלישבֿע קאַרלעבאַך, מיטדירעקטאָר, אינסטיטוט פֿאַר ישׂראל און ייִדישע לימודים, קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט
ייִדיש אַמעריקע נאָכן דריטן חורבן (פֿאָרזיצער: דוד־אליהו פֿישמאַן)
קלמן ווײַזער: „צווישן ניו־יאַרק און ירושלים: מאַקס ווײַנרײַך און ייִדיש אינעם אוניווערסיטעט" (ענגליש)
בנימין מאָס און שלום בערער: „גלאַנץ־לעיעלעס׳ אַמעריקע און איך" (ענגליש/ייִדיש)
מרים אײַזיקס: „דער ייִדיש־אקטיוויזם אין ניו־יאָרק 1948: די סטאָנהיל־מוזיק־זאַמלונג" (ייִדיש)
אויף ייִדיש+ענגליש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 24סטן דעצעמבער 2022
-
“ד"ר זואי בעלק: אַ נײַער קוק אויף „חסידישע אידיש | Dr. Zoë Belk: New Views on Hasidic Yiddish
שפּראַכפֿאָרשונג
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און ד"ר זואי בעלק. מען רעדט וועגן איר באַציִונג צו ייִדיש; איר פֿאָרשאַרבעט; די אַנטוויקלונג פֿון „חסידישע אידיש"; וואָס בכלל מיינט דאָס „חסידישע אידיש"; און די גראַמאַטישע חידושים וואָס באַווײַזן זיך דאָרט.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 12טן נאָוועמבער 2022 | אויף זום
-
ד"ר איוו יאָכנאָוויץ - וועגן ייִדישע מאכלים | Yiddish Today: Dr. Eve Jochnowitz - about Jewish food
ייִדיש הײַנט
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל:
אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און ד"ר איוו יאָכנאָוויץ
הערט וועגן איר באַציִונג צו ייִדישע מאכלים, אירע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע קאָכביכער, און אַפֿילו וועגן אַ טשיקאַווער „וועגעטאַרישער מצבֿה"!
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 28סטן אָקטאָבער 2022
-
אַ שמועס מיט ד"ר מרים טרין וועגן אונדזער זשורנאַל "אויפֿן שוועל" און נאָך
ייִדיש הײַנט
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל פֿון „ייִדיש הײַנט" שמועסן מיר מיט ד"ר מרים טרין וועגן איר אייגענע געשיכטע, איר לערן־פּראָגראַם „יאָ – ייִדיש אָרט". איר אַרבעט ווי די שעף־רעדאַקטאָרשע פֿונעם זשורנאַל פֿון דער ייִדיש־ליגע, „אויפֿן שוועל", און אַ ביסל וועגן דער היסטאָריע פֿונעם דאָזיקן זשורנאַל.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 16טן אָקטאָבער 2022 | אויף זום
-
Yiddish Theater in Montreal (English subtitles) | די כעלעמער חכמים: ייִדישער טעאַטער אין מאָנטרעאָל
וועגן טעאַטער
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: אַ שמועס מיט די מענטשן וואָס זענען געשטאַנען הינטער די קוליסן פֿון דער פּיעסע „די כעלעמער חכמים" וואָס איז אַרויס מיט אַ פּאָר חדשים צוריק אינעם „דאָראַ װאַסערמאַן ייִדישער טעאַטער" אין מאָנטרעאָל. אלי בענעדיקט אינטערוויויִרט רבֿקה אויגנפֿעלד, סיון סלאַפּאַק און רייזל פֿישמאַן קאַנדיב, וועגן דער געשיכטע פֿון דער פּיעסע, וועגן דאָראַ וואַסערמאַן, און וועגן לערנען די אַקטיאָרן ייִדיש און זייער אייגענע באַציִונג צו ייִדיש.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 23סטן סעפּטעמבער 2022
-
ייִדישער טעאַטער מיט שיין בייקער | Yiddish theater with Shane Baker (English subtitles)
וועגן טעאַטער
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל פֿון „ייִדיש הײַנט" שמועסן מיר מיט שיין בייקער וועגן דעם ייִדישן טעאַטער, וואָס דאָס הייסט זײַן אַ ייִדיש־אַקטיאָר דורך זײַנע אויגן, זײַן שפּילן דורך די יאָרן, און אויך וועגן זײַן ראָלע ווי דער אָנפֿירער פֿונעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 2טן סעפּטעמבער 2022 | אויף זום
-
ליאַלקע־טעאַטער אויף ייִדיש מיט דזשיימס האָלץ | Puppet theater with James Holz (English subtitles)
וועגן טעאַטער
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל: דזשיימס האָלץ, דער קינסטלער, אַקטיאָר, און ליאַלקע־טעאַטער־שפּילער אין לאָנדאָן, וועט רעדן וועגן זײַן ליאַלקע־טעאַטער אויף ייִדיש, "פּאַנטש און דזשודי", וועגן דער היסטאָריע פֿון דער דאָזיקער שפּיל, און ווי ער האָט עס איבערגעמאַכט און צוגעפּאַסט אויף ייִדיש.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 13טן אויגוסט 2022
-
לילי קאַהן: העווי־מעטאַל אויף ייִדיש | Lily Kahn: Heavy Metal in Yiddish (English subtitles)
וועגן מוזיק
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
מע וואָלט געקערט מיינען אַז מעטאַל־מוזיק האָט זייער ווייניק צו טאָן מיט ייִדן און דער ייִדישער שפּראַך. עס זענען אָבער דאָ צווײ מוזיקאַלישע גרופּעס אויף דער וועלט — „געוואָלט", באַזירט אין מדינת־ישׂראל, און „דיבוקים", באַזירט אין שוועדן — וואָס שאַפֿן מעטאַל־מוזיק אין גאַנצן אויף מאַמע־לשון. אין אָט דעם רעפֿעראַט אַנאַליזירט פּראָפֿ׳ קאַהן די פֿאַרבינדונג צווישן מעטאַל־מוזיק און דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, און אַנטדעקט ווי אַזוי די דאָזיקע מוזיקערס העלפֿן ייִדן פֿון אַן אַשכּנזישן אָפּשטאַם פֿאַרטיפֿן זייער ייִדישע אידענטיטעט און דערטאַפּן די ייִדישע שפּראַך און מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון פֿאַרן חורבן.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 29סטן יולי 2022 | אויף זום
-
רות לעווין: קינדערלידער און נאָך | Ruth Levin: Yiddish children’s songs and more (English subtitles)
וועגן טעאַטער
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אַ שמועס מיט רות לעווין, איר מוזיק, קינדערלידער, פּיעסעס, און נאָך!
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 14טן יולי 2022 | אויף זום
-
Mendy Cahan About His Art, Yiddish on Netflix, Badkhones, Oscar Award, & More (English Translation)
וועגן טעאַטער
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אויף ענגליש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 14טן יולי 2022 | אויף זום
-
ייִדיש הײַנט | קאַפּיטל ג' – מיט מענדי כּהנא וועגן זײַנע סאָרטן קונסט, פֿון טעלעוויזיע ביז בדחנות
וועגן טעאַטער
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דעם קאַפּיטל פֿון „ייִדיש הײַנט" שמועסן מיר מיט מענדי כּהנא וועגן זײַן קונסט – אין פֿילמען, טעלעוויזיע־פּראָגראַמען און טעאַטער – ווי אויך וועגן זײַן פּאָעזיע, זײַן בדחנות, און זײַן מוזיק.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 30סטן יוני 2022 | אויף זום
-
Tomas Woodski about Yiddish in Sweden (English subtitles) טאָמאַס וווּדסקי וועגן ייִדיש אין שוועדן
ייִדיש הײַנט
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
קאַפּיטל ב', אַ שמועס מיט טאָמאַס וווּדסקי – המשך פֿונעם ערשטן טייל
אין דעם פֿריִערדיקן ערשטן טייל האָט טאָמאַס גערעדט וועגן דעם נײַעם סעזאָן פֿון זײַן ייִדיש־שפּראַכיקער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „וווּדסקיס וועלט", ווי אויך די ראַדיאָ־פּראָגראַמען פֿאַר קינדער וואָס ער האָט רעקאָרדירט.
אין דעם צווייטן טייל וועט טאָמאַס דערציילן וועגן ייִדיש אין שוועדן.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 16טן יוני 2022 | אויף זום
-
Tomas Woodski on his TV show (English subtitles) טאָמאַס וווּדסקי וועגן זײַן טעלעוויזיע־פּראָגראַם
ייִדיש הײַנט
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
ייִדיש הײַנט – אַ שמועס מיט טאָמאַס וווּדסקי וועגן זײַן טעלעוויזיע־פּראָגראַם
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 2טן יוני 2022
-
"ייִדיש־לעקסיקאָגראַפֿיע: אַ שמועס וועגן 2טן אַרויסקום פֿון "אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך
שפּראַכפֿאָרשונג
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
ווי אַזוי ס׳האָט זיך געמאַכט (און ווידער געמאַכט) דאָס "אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך" (צום צווייטן אַרויסקום):
די רעדאַקטאָרן רעדן אַרום ווי אַזוי דאָס מאָנומענטאַלע ווערטערבוך איז געקומען צו שטאַנד, ווי אויך ווי זײַנע צילן קערן זײַן אַנדערש ווי אַנדערע ענגליש־ייִדישע ווערטערביכער.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 23סטן מאַרץ 2022 | אויף זום
-
עמיל קאַלין (תּל-אָבֿיבֿ) - דעם 2טן דעצעמבער 2021 / Emil Kalin (Tel Aviv) - December 2, 2021
שמועסן מיט הײַנטצײַטיקע ייִדיש־מחברים
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
עמיל קאַלין האָט געדרוקט זײַן דערציילונג „די רעוואָלוציע", וועגן די איבערקערענישן אין רומעניע, אינעם זשורנאַל „אויפֿן שוועל" ( נומ׳ 391–392, פֿרילינג/זומער 2021). לייענט די דערציילונג דאָ:
http://docs.leagueforyiddish.org/Afn_Shvel_391-392_Kalin.pdf
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 18טן דעצעמבער 2021
-
לייזער בורקאָ (ניו-יאָרק) - דעם 21סטן מאַרץ 2021 / Leyzer Burko (New York) - Mar. 21, 2021
שמועסן מיט הײַנטצײַטיקע ייִדיש־מחברים
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
לייזער בורקאָ האָט געדרוקט זײַן נסיעה־רעפּאָרטאַזש „קאָראָנאַ – איסלאַנד – ייִדיש" אינעם זשורנאַל „אויפֿן שוועל" (נ׳ 388־390, זומער־האַרבסט־ווינטער 2020). לייענט דעם אַרטיקל דאָ:
http://docs.leagueforyiddish.org/Afn_Shvel_388-390_Burko.pdf
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 18טן אַפּריל 2021
-
מאַרק קאַפּלאַן (לויִזיאַנע) - דעם 28סטן פֿעברואַר 2021 / Marc Caplan (Louisiana) - Feb. 28, 2021
שמועסן מיט הײַנטצײַטיקע ייִדיש־מחברים
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
מאַרק קאַפּלאַן האָט געדרוקט זײַן עסיי „עבֿדים היינו? ראַסיזם, ייִדן און אַמעריקאַנער פּריווילעגיע" אינעם זשורנאַל „אויפֿן שוועל" (נ׳ 388־390, זומער־האַרבסט־ווינטער 2020). לייענט דעם עסיי דאָ:
http://docs.leagueforyiddish.org/Afn_Shvel_388-390_Caplan.pdf
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 9טן אַפּריל 2021
-
שירי שאַפּיראַ (ירושלים) — דעם 15טן פֿעברואַר 2021 / Shiri Shapira (Jerusalem) - February 15, 2021
שמועסן מיט הײַנטצײַטיקע ייִדיש־מחברים
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
שירי האָט געדרוקט איר דערציילונג „יציאת־נשמה" אינעם „אויפֿן שוועל", נ׳ 388־390 (זומער־האַרבסט־ווינטער 2020). לייענט „יציאת־נשמה" דאָ:
http://docs.leagueforyiddish.org/Afn_Shvel_388-390_Shapira.pdf
שטיצט די ייִדיש־ליגע – ווערט אַ מיטגליד:
http://store.leagueforyiddish.org/mitglidershaft.html
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 24סטן מאַרץ 2021
-
דער ערשטער שניי / The First Snow
געהערט אַ מעשׂה
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אַז דער ווינטער איז שוין אין פֿולן ברען, הערט זיך צו ווי מרים־חיה סגל לייענט פֿאָר בעלאַ ראָזענפֿעלד שאַגאַלס דערציילונג וועגן דער קינדישער פֿרייד ווען סע פֿאַלט אויס דער ערשטער שניי….
לײענט מיט מיט אַ פּי־די־עף פֿון דער דערציילונג דאָ, אויף זז׳ 109־115:
https://ia800902.us.archive.org/12/items/nybc200125/nybc200125.pdf
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 7טן פֿעברואַר 2021
-
אַ פֿאַרקערטע װעלט: ביראָבידזשאַן פֿון דער נאָענט / The Upside-Down World of Birobidzhan
געהערט אַ מעשׂה
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
זומער 2007 איז שבֿע צוקער, די רעדאַקטאָרשע פֿון „אױפֿן שװעל" פֿון 2005־2020, פֿאַרבעטן געװאָרן צו לערנען ייִדיש אין ביראָבידזשאַן, דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט אין װײַטן מיזרח פֿון רוסלאַנד װוּ ייִדיש איז נאָך אַלץ אַן אָפֿיציעלע שפּראַך. דאָרטן האָט זי זיך אָנגעטראָפֿן אױף אַ מין ייִדיש־דיזנילאַנד: מנורות ווי אַ דעקאָראַציע אױף פּלױטן; בנינים מיט ייִדישע אַפֿישן פֿון דרױסן װוּ אינעװײניק געפֿינט מען נישט קײן שום ייִדיש־רעדערס; ייִדישע רעסטאָראַנען װוּ חזיר איז דער הױפּט־מאַכל; און רעגירונג־באַאַמטע װאָס װילן פֿאַרשפּרײטן דעם ייִדיש־לימוד איבער דער גאַנצער געגנט, אַפֿילו אין ערטער װוּ עס וווינען נישט קײן ייִדן. אין דעם רעקאָרדירטן אַרטיקל מאָלט זי אױס דעם טראַגישן עבֿר און דעם עניגמאַטישן הװה פֿון אָט דער משונהדיקער, פֿאַרקערטער װעלט.
דער אַרטיקל, װעלכער איז געדרוקט געװאָרן אין „אױפֿן שװעל", נ׳ 342־343 (האַרבסט/װינטער 2008), אַרױסגעגעבן פֿון דער ייִדיש־ליגע, געפֿינט זיך אױך אין שבֿע צוקערס אָקערשטיקער פּובליקאַציע „פֿון יענער זײַט שװעל: געקליבענע אַרטיקלען פֿונעם זשורנאַל ׳אױפֿן שװעל׳, 2005־2020", װעלכע די ייִדיש־ליגע האָט אַרױסגעגעבן צו איר פּענסיאָנירן זיך אין מאַרץ 2020.
לײענט מיט מיט אַ פּי־די־עף פֿון דעם אַרטיקל:
http://site.leagueforyiddish.org/docs/afn-shvel-342-343-farkerte-velt-artikl.pdf
די פֿאָרלײענונג איז אַ געקירצטער נוסח פֿונעם אַרטיקל. די קאַפּיטעלעך „די אַלטע שול" (ז׳ 14), „די נײַע שול (ז׳ 15), און „די צוקונפֿט" (ז׳ 24) װערן דאָ נישט געלײענט.
קויפֿט אײַער עקזעמפּלאַר פֿון „פֿון יענער זײַט שװעל":
http://www.leagueforyiddish.org/yenerzaytshvel.html
אָט איז די שפּיל־רשימה פֿון דער סעריע „געהערט אַ מעשׂה":
https://www.youtube.com/playlist?list=PLbMcK7OFBSRuzxigJZjp1SrJZY0Cmxp
די רעקאָרדירטע פֿאָרלייענונג איז די זעקסטע אין דער סעריע „געהערט אַ מעשׂה!", אַ פּראָיעקט פֿון דער ייִדיש־ליגע.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 3טן דעצעמבער 2020
-
דער אתרוג / Der Esreg
געהערט אַ מעשׂה
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
שלום־עליכמס חנעוודיקע סוכּות־דערציילונג – „דער אתרוג"
אָט־אָט קומט שוין דער ליבער יום־טובֿ סוכּות, ווען מע עסט אין דער סוכּה, און מע פֿרייט זיך סײַ מיטן פֿײַנעם שניט, סײַ מיט דער באַשיצונג וואָס די ייִדן האָבן געפֿונען אין מידבר בײַם באַפֿרײַט ווערן פֿון מצרים. איין וויכטיקער מינהג אום סוכּות איז דאָס בענטשן לולבֿ און אתרוג. הערט זיך צו ווי גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט לייענט פֿאָר שלום־עליכמס באַליבטע דערציילונג „דער אתרוג", וווּ מיר באַקענען זיך מיט אַ ייִנגעלע וואָס האָט שטאַרק חשק צום אתרוג, נאָר לאַוו־דווקא צום בענטשן אים….
הערט זיך צו ווי גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט לייענט פֿאָר.
די דערציילונג געפֿינט זיך אינעם באַנד „לכּבֿוד יום־טובֿ", אין: „אַלע ווערק פֿון שלום־עליכם" [ניו־יאָרק 1921 ,בב׳ 17־18]. אַ סקאַנדירטער נוסח פֿון דער אָ דערציילונג געפֿינט זיך דאָ אויף זײַטל 188:
https://ia800905.us.archive.org/23/items/nybc202590/nybc202590.pdf
די רעקאָרדירטע פֿאָרלייענונג איז די פֿיפֿטע אין דער סעריע „געהערט אַ מעשׂה!", אַ פּראָיעקט פֿון דער ייִדיש־ליגע.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 2טן אָקטאָבער 2020
-
שלמה באַסטאָמסקיס ייִדישע פֿאָלקסרעטענישן / Shloyme Bastomski’s Yiddish Folk Riddles
געהערט אַ מעשׂה
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
פֿאָלקסרעטענישן זײַנען באַליבט בײַ יונג און אַלט! נו, װאָדען?
זײ זײַנען שפּילעװדיק און פֿול מיט הומאָר און טראָגן אין זיך ייִדישע קולטורװערטן. דערצו שאַרפֿט מען זיך מיט זײ דעם מוח.
די ווײַטערדיקע פֿאָלקסרעטענישן, פֿאָרגעלייענט פֿון פּערל טייטלבוים, געפֿינען זיך אין שלמה באַסטאָמסקיס ייִדישע פֿאָלקסרעטענישן, געדרוקט אין ווילנע אין 1917. אַ סקאַנירטן נוסח קען מען אַראָפּלאָדן דאָ:
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 20סטן אויגוסט 2020
-
The Declaration of Independence in Yiddish / די אומאָפּהענגיקייט־דעקלאַראַציע אויף ייִדיש
געהערט אַ מעשׂה
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
„ווען אין לויף פֿון מענטשלעכע געשעענישן….."
הערט זיך צו צו דער רירנדיקער ייִדישער איבערזעצונג פֿון דער אומאָפּהענגיקייט־דעקלאַראַציע, פֿירגעלייענט פֿון גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט לכּבֿוד דעם פֿערטן יולי 2020.
דער טעקסט וואָס ווערט דאָ דעקלאַמירט איז אַ נוסח פֿון דער איבערזעצונג וואָס געפֿינט זיך אינעם פּאַמפֿלעט „אונדזער דעמאָקראַטישע ירושה", אַרויסגעגעבן דורכן ייִדישן פֿאַרלאַג און פֿאָרשונג־קאָמיטעט אין 1954.
די רעקאָרדירטע פֿאָרלייענונג איז די דריטע אין דער סעריע „געהערט אַ מעשׂה!", אַ פּראָיעקט פֿון דער ייִדיש־ליגע
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 3טן יולי 2020
-
ווי קומט פֿרויד צו כעלעם? / How Does Freud Get to Chelem?
געהערט אַ מעשׂה
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
הערט זיך צו ווי גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט לייענט פֿאָר די כעלעמער מעשׂה „ווי קומט פֿרויד צו כעלעם?", געשריבן און באַאַרבעט פֿונעם ייִדישן מחבר און קאָמפּאָזיטאָר דניאל גאַלאַי (תּל־אָבֿיבֿ). די כעלעמער מעשׂה האָט זיך געדרוקט אינעם נײַסטן נומער אויפֿן שוועל (אַרויסגעגעבן פֿון דער ייִדיש־ליגע). לייענט מיט מיטן ייִדישן טעקסט, וואָס איר קענט געפֿינען דאָ:
http://docs.leagueforyiddish.org/afn_shvel_386-387_Galay.pdf
אָדער הערט זיך פּשוט צו!
די אילוסטראַציע האָט געצייכנט וואָלף בולבאַ (ישׂראל). די כעלעמער מעשׂה, אין איינעם מיט דער אילוסטראַציע, זענען אַ טייל פֿונעם ביכל „פּינקס כעלעם" וואָס וועט אין גיכן אַרויס דורכן אָלניאַנסקי טעקסט-פֿאַרלאַג.
די רעקאָרדירטע פֿאָרלייענונג איז די צווייטע אין דער סעריע „געהערט אַ מעשׂה!", אַ פּראָיעקט פֿון דער ייִדיש־ליגע https://leagueforyiddish.org וואָס צילעוועט צו מאַכן דאָס געשריבענע ייִדיש מער צוטריטלעך פֿאַר ייִדיש־רעדערס און ־סטודענטן.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 26סטן מײַ 2020
-
הערי פּאָטער און דער פֿילאָסאָפֿישער שטיין | Harry Potter and the Sorcerer's Stone-The Boy Who Lived
געהערט אַ מעשׂה
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
הערט זיך צו צו אַרעלע שעכטער ווישוואַנאַטס דראַמאַטישער פֿאָרלייענונג פֿונעם ערשטן קאַפּיטל פֿון זײַן אויטאָריזירטער איבערזעצונג פֿון „הערי פּאָטער און דער פֿילאָסאָפֿישער שטיין" אויפֿן טיטל „דאָס ייִנגל וואָס האָט איבערגעלעבט". כאָטש אַרעלע לייענט אין זײַן היימישן דרום־מיזרח־ייִדיש קענט איר דאָ אויך הערן בײַ די פֿאַרשידענע פּערזאָנען (למשל, בײַ העגריד און דער פּראָפֿעסאָרשע מאַקגאָניגל) אַנדערע ייִדישע דיאַלעקטן. לייענט מיט מיטן ייִדישן באַנד (אויב איר האָט זיך שוין אײַנגעשאַפֿן אַן עקזעמפּלאַר) אָדער מיטן ענגלישן באַנד, אָדער סתּם מיט די אויערן!
די רעקאָרדירטע פֿאָרלייענונג איז די ערשטע אין דער סעריע „געהערט אַ מעשׂה!", אַ פּראָיעקט פֿון דער ייִדיש־ליגע וואָס צילעוועט צו מאַכן דאָס געשריבענע ייִדיש מער צוטריטלעך פֿאַר ייִדיש־רעדערס און ־סטודענטן.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 13טן אַפּריל 2020
-
ייִדישע דיאַלעקטן, ט׳ 1: מערבֿ־ און מיזרח־ייִדיש
שפּראַכפֿאָרשונג
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
זונטיק בולבעס, מאָנטיק קאַרטאָפֿל, דינסטיק און מיטװאָך…? — אַ נסיעה דורך ייִדישע דיאַלעקטן
טייל 1: מערבֿ־ און מיזרח־ייִדיש
װאָס איז דער חילוק צװישן שפּראַך און דיאַלעקט? װוּ איז אויפֿגעקומען מאַמע־לשון און װי האָט זיך עס צעטיילט?
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 7טן יולי 2019
-
ייִדישע דיאַלעקטן, ט׳ 2: דיאַלעקטן אין אונדזערע צײַטן
שפּראַכפֿאָרשונג
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
זונטיק בולבעס, מאָנטיק קאַרטאָפֿל, דינסטיק און מיטװאָך…? — אַ נסיעה דורך ייִדישע דיאַלעקטן
טייל 2: דיאַלעקטן אין אונדזערע צײַטן
מיר װייסן, אַז אין אונדזערע צײַטן זענען דאָ דרײַ הויפּט־דיאַלעקטן: פּויליש, אוקראַיִניש, ליטװיש. אָבער די גרויסע „אַדרעסן" פֿאַרדעקן אַ סך אינטערעסאַנטע סובדיאַלעקטן, ספּעציעל װוּ די הױפּט־דיאַלעקטן גרענעצן זיך.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 7טן יולי 2019
-
ייִדישע דיאַלעקטן, ט׳ 3: לייען־סעסיע אָנגעפֿירט פֿון שבֿע צוקער
שפּראַכפֿאָרשונג
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
אין דער סעסיע האָט מען געלייענט אַ פֿראַגמענט פֿון נח פּרילוצקיס כּתבֿים פֿון דעם קאַפּיטל וואָס הייסט „די סונורלויטען: דער ר־לויט אין די ייִדיִשע מוּנדאַרטען" כּדי צו פֿילן דעם טעם פֿון דעם וואָס דער טונקעלער פּאַראָדירט. דערנאָך האָט מען געלייענט און אַרומגערעדט „פֿולקלור און פֿילולוגיע: אַ לעקציע פֿון נח פּרילוצקי" פֿון דעם טונקעלן.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 7טן יולי 2019
-
ייִדישע דיאַלעקטן, ט׳ 4: דער סאַמע צענטער פֿון ייִדיש־לאַנד
שפּראַכפֿאָרשונג
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
זונטיק בולבעס, מאָנטיק קאַרטאָפֿל, דינסטיק און מיטװאָך…? — אַ נסיעה דורך ייִדישע דיאַלעקטן
טייל 4: דער סאַמע צענטער פֿון ייִדיש־לאַנד
אינעם ראַיאָן צװישן װאַרשע און ביאַליסטאָק גיסן זיך צונויף אַלע דיאַלעקטן, אַזוי אַז כּמעט יעדעס שטעטל האָט געהאַט זײַן אייגענעם דיאַלעקט. לויט אונדזערע אויערן זענען דאָס געמישטע דיאַלעקטן — ליטװיש מיט פּויליש, פּויליש מיט אוקראַיִניש (װײַט פֿון אוקראַיִנע!) אד״גל.
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 7טן יולי 2019
-
ייִדישע דיאַלעקטן, ט׳ 5: „געקינצלטע“ דיאַלעקטן
שפּראַכפֿאָרשונג
לייענט ווײַטערלײענט װײניקער
זונטיק בולבעס, מאָנטיק קאַרטאָפֿל, דינסטיק און מיטװאָך…? — אַ נסיעה דורך ייִדישע דיאַלעקטן
טייל 5: „געקינצלטע" דיאַלעקטן
אַלע כּלל־שפּראַכן, אָדער ליטעראַטור־שפּראַכן, זענען אין אַ געװיסער מאָס אומנאַטירלעך, געקינצלט. סײַ בײַ די אומות־העולם, סײַ בײַ אונדז, איז אַזאַ געקינצלטקייט פֿון די סאַמע נאַטירלעכסטע זאַכן!
אויף ייִדיש | אַרויסגעגעבן אויף יוטוב דעם 7טן יולי 2019