Placeholder

אויפֿן שוועל— דער זשורנאַל פֿון דער ייִדיש־ליגע


נײַסטער נומער

די ייִדיש־ליגע גיט יעדעס יאָר אַרויס צוויי טאָפּל־נומערן פֿון איר ייִדיש־שפּראַכיקן זשורנאַל אויפֿן שוועל. דער זשורנאַל, וואָס אין 1941 איז ער פֿאַרלייגט געוואָרן ווי דער אָרגאַן פֿון דער פֿרײַלאַנד־ליגע פֿאַר טעריטאָריאַליסטישער קאָלאָניזאַציע, איז הײַנט דער לאַנגיאָריקסטער ייִדישער זשורנאַל אויף דער וועלט.


אין אויפֿן שוועל וועט איר געפֿינען:

  • נײַע ייִדישע דערציילונגען און לידער
  • אַרטיקלען וועגן ליטעראַטור, שפּראַך און פּאָפּולערער קולטור
  • קורצע טערמינאָלאָגיעס אויף הײַנטצײַטיקע טעמע
  • ביכער־רעצענזיעס
Placeholder

אויפֿן שוועל איז אונדזער מיטגלידער־זשורנאַל. שטייט הײַנט צו, וועט איר ווערן אַבאָנירט אויפֿן אויפֿן שוועל, ווי אויך אַנדערע מיטגלידער־בענעפֿיטן.

שרײַבט אונדז


דערלאַנגען אַ מאַנוסקריפּט

מיר נעמען אויף נישט־באַשטעלטע מאַנוסקריפּטן. דער טעקסט מוז זײַן אויסוואָרטירט אַ שורה איבער אַ שורה, ניצנדיק דעם אַלף־בית, און מיט אַלע דיאַקריטישע צייכנס לויט די תּקנות פֿון ייִדישן אויסלייג (דעם „ייִוואָ־אויסלייג“). כּדי אַרײַנצושיקן אַ כּתבֿ־יד אויף אָפּצושאַצן צום דרוקן זאָל מען שרײַבן אונדזער ביוראָ אויף info@leagueforyiddish.org. כּתבֿ־ידן מוזן זײַן אויסטיפּירט מיט ייִדישע אותיות און דיאַקריטישע צייכנס. דער רעדאַקטאָר פֿאַרמאָגט פֿאַר זיך דאָס רעכט צו רעדאַקטירן מאַנוסקריפּטן, אַרײַנגערעכנט (אָבער לאַוו־דווקא נאָר) גראַמאַטיק, אויסלייג און סינטאַקס.


רעדאַקציע

מרים טרין

מרים טרין דינט שוין ווי די שעף־רעדאַקטאָרשע פֿון אױפֿן שװעל זינט 2020. זי איז געבוירן אין קראָקע, פּוילן, און אויפֿגעװאַקסן אין האַמבורג, דײַטשלאַנד. נאָך דער מאַטורע האָט זי עולה געװען און שטודירט פֿילאָסאָפֿיע און ייִדיש אינעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים. די מאַגיסטער־לימודים האָט זי דורכגעמאַכט אינעם פּאַריזער סאָרבאָן־אוניװערסיטעט. איר דאָקטאָראַט פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט האָט זי געשריבן װעגן פֿילשפּראַכיקער פּאָעזיע פֿון געטאָס און לאַגערן.
זי לערנט ייִדיש און ייִדיש־ליטעראַטור זינט 1999, האָט געלערנט אויף פֿאַרשיידענע אינטערנאַציאָנאַלע זומערקורסן און אַרבעט איצט בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט. אין 2018 האָט זי, צוזאַמען מיט אליעזר ניבאָרסקין, געגרינדט דעם ייִדיש־צענטער „יאָ“־ייִדיש־אָרט, װאָס פֿאַרשפּרייט ייִדישע שפּראַך און קולטור דורך אַקטיװיטעטן און אונטערנעמונגען – דער עיקר אויף מאַמע־לשון – אין תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים, ווי אויך דורך זום איבער דער גאָרער וועלט.
אַחוץ לערערײַ און איר אַרבעט ווי די שעף־רעדאַקטאָרשע פֿון אויפֿן שוועל פֿאַרנעמט זי זיך אויך מיט איבערזעצונגען פֿון און אויף ייִדיש. זי האָט פֿיר קינדער – אַלע ייִדיש־רעדערס פֿון דער היים.

גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט
גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, סטיל־רעדאַקטאָר איז דער מיט־שעף־רעדאַקטאָר פֿונעם אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך (2016; 2021) און סטיל־רעדאַקטאָר פֿון אױפֿן שװעל. זי איז אַ ייִדישע פּאָעטעסע וואָס האָט זיך געדרוקט אין פֿאַרשידענע זשורנאַלן און ביכער, און אַרויסגעגעבן אַ צוויישפּראַכיקן באַנד לידער, פּלוצעמדיקער רעגן (2003). גיטל איז דורכויס אָפּגעגעבן דעם אויפֿהאַלט פֿון ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך. אירע דרײַ קינדער רעדן פֿרײַ ייִדיש און האָדעווען אויף די אייגענע קינדער אויך אַזוי.

יאַנקל סאַלאַנט

יאַנקל סאַלאַנט, קונסט־דירעקטאָר איז דער ממונה איבערן וויזועלן פּנים פֿון דער ייִדיש־ליגע און איז דער גראַפֿישער דיזײַנער פֿון אירע פּובליקאַציעס. ער איז דער איבערזעץ־רעדאַקטאָר פֿאַר קומעדיקע פּובליקאַציעס בײַם ייִדישן ביכער־צענטער, און אַרבעט מיט מיט ד״ר יהושע קאַרליפּ ווי דער איבערזעץ־רעדאַקטאָר פֿון זײַן קומעדיק בוך אויפֿן שיידוועג. אַן אַסאָציִיִרטער רעדאַקטאָר פֿונעם אַרומנעמיק ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך (2013), איז יאַנקל דער ביבליאָגראַפֿיע־רעדאַקטאָר און אַן איבערזעצער פֿון דער ענגליש־שפּראַכיקער „ייִוואָ־ענציקלאָפּעדיע פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע“ (8002).

אונדזער רעדקאָלעגיע באַשטייט פֿון די מחברים און געלערנטע:
אײַזיק בלימאַן (פֿאַראייניקטע שטאַטן)
הערשל גלעזער (פֿאַראייניקטע שטאַטן)
בני מער (ישׂראל)
יצחק ניבאָרסקי (פֿראַנקרײַך)