
גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט
פֿאָרזיצער פֿון דער עקזעקוטיווע
גיטל שעכטער־װישװאַנאַט איז דער מיט־שעף־רעדאַקטאָר פֿונעם אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך און לאַנגיאָריקער סטיל־רעדאַקטאָר פֿון אױפֿן שװעל. זי האָט רעדאַקטירט מרדכי שעכטערס ייִדיש צוויי, צווישן אַנדערע לערנביכער און טערמינאָלאָגישע ווערק. זי איז אַ ייִדישע פּאָעטעסע וואָס האָט זיך געדרוקט אין פֿאַרשידענע ביכער און זשורנאַלן, און אַרויסגעגעבן אַ צוויישפּראַכיקן באַנד לידער, פּלוצעמדיקער רעגן (2003). אירע לידער קען מען הערן אין איר אייגן קול אויף ליריק-לײַן (Lyrik Line). גיטל איז דורכויס איבערגעגעבן דעם אויפֿהאַלט פֿון ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך. אירע דרײַ קינדער, און אירע אייניקלעך, רעדן אַ פֿליסיקן ייִדיש.












