וועגן אונדז
About Us


די ייִדיש־ליגע איז פֿאַרלײגט געװאָרן אין 1979 פֿונעם חשובֿן לינגװיסט און פּראָפֿעסאָר ד״ר מרדכי שעכטער כּדי צו געבן אַן אָרגאַניזאַציאָנעלן אונטערשפּאַר דער מאָדערניזירונג, נאָרמירונג און באַניץ פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין אַלע אַספּעקטן פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן. די ייִדיש־ליגע איז אײנע פֿון די זעלטענע אָרגאַניזאַציעס אין דער הײַנטיקער שפּראַכיקער און קולטורעלער ייִדיש־סבֿיבֿה װאָס פֿירט אַלע אירע אַקטיװיטעטן כּמעט אין גאַנצן אױף מאַמע־לשון. אונדזערע מיטגלידער געפֿינען זיך אױף זעקס קאָנטינענטן.


די מיסיע

פֿון דער ייִדיש־ליגע נעמט אַרײַן אָט די צילן: 

  • Placeholder

    דאָס מוטיקן מענטשן צו רעדן ייִדיש אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן

  • Placeholder

    דאָס פֿאַרשפּרייטן דאָס וויסן וועגן ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך

  • Placeholder

    דאָס שטיצן די ליטעראַרישע און קינסטלערישע שעפֿערישקייט אויף ייִדיש

  • Placeholder

    דאָס שטיצן די מאָדערניזירונג פֿון מאַמע־לשון


װי אַזױ דערגרײכן מיר די צילן?

װי אַזױ דערגרײכן מיר די צילן?


צוויי געוועזענע רעדאַקטאָרן: מרדכי שעכטער און שבֿע צוקער
צוויי געוועזענע רעדאַקטאָרן: מרדכי שעכטער און שבֿע צוקער

געוועזענע רעדאַקטאָרן

גיט דאָ אַ קוועטש צו לייענען וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדיש־ליגע, אַרײַנגערעכנט די געוועזענע רעדאַקטאָרן פֿון אויפֿן שוועל.


עטלעכע מיטגלידער פֿון דער ייִדיש־ליגע־עקזעקוטיווע
עטלעכע מיטגלידער פֿון דער ייִדיש־ליגע־עקזעקוטיווע

ווער מיר זענען

באַקענט זיך מיט דער חבֿרה וואָס שטיצט ייִדיש־לשון און די מיסיע פֿון דער ייִדיש־ליגע


אין דער פּרעסע

זען אַלע