ווי אַזוי קען מען שמועסן וועגן געניטונג, גערטנערײַ, פֿינאַנץ־פּלאַנירונג, דעם איבערנאַטירלעכן, צי וואָסער נישט איז אַנדער טאָג־טעגלעכע טעמע אָן צו וויסן ווי אַזוי מע זאָגט עס אויף ייִדיש?
אין פֿעברואַר 2013 האָט די ייִדיש־ליגע לאַנצירט די פּאָפּולערע סעריע „ווערטער פֿון דער וואָך“ אויף אונדזער פֿייסבוק־זײַטל. אין די יאָרן זינט דעמאָלט האָבן הונדערטער טעמאַטישע רשימות זיך באַוויזן יעדע וואָך, אויף כּלערליי טעמעס: די קיך, פּאָליטיק, יום־טובֿים, ספּאָרט, קליידונג, חיות, געזונט און אַ סך אַנדערע. כאָטש די ווערטער האָבן מיר געשעפּט פֿון אונדזער דעמאָלטיקן מאַנוסקריפּט פֿונעם אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך (וואָס איז אַרויס אין 2016 דורכן פֿאַרלאַג בײַם אינדיאַנע־אוניווערסיטעט), זענען די „ווערטער פֿון דער וואָך“ געוואָרן אַ יש פֿאַר זיך.
די „ווערטער פֿון דער וואָך“ קענט איר געפֿינען יעדע וואָך אויף פֿייסבוק, טוויטער און אינסטאַגראַם.
אונדזערע מיטגלידער קריגן די רשימות „ווערטער פֿון דער וואָך“ דירעקט דורך בליצפּאָסט. אונדזער לייענערס און נאָכגייערס לערנען זיך פֿון, און האָבן שטאַרק הנאה פֿון, די „ווערטער פֿון דער וואָך“ און שיקן אונדז אָפֿט קאָמענטאַרן.
אַלע פֿאַרגאַנגענע רשימות ווערן אויסגערעכנט סײַ אַלפֿאַבעטיש סײַ אין כראָנאָלאָגישן סדר, און ווערן דערהײַנטיקט אַלע וואָך, דאָ אויף אונדזער וועבזײַטל.
יעדער ייִדיש־רעדער, ־לייענער, ־סטודענט, צי ־ליבהאָבער וואָס קומט צון אונדז אויפֿן וועבזײַטל קען זיך אויך אויסלערנען ווי אַזוי צו זאָגן די ווערטער אויף ייִדיש און גוט פֿאַרברענגען נאָך דערצו!