
דער נײַער נומער אויפֿן שוועל איז שוין דאָ! ער וועט באַקענען אונדזערע לייענערס און שטיצערס מיט דער ברייטער און רײַכער ייִדיש־וועלט אין אויסטראַליע. דער וואָגיקער נומער (איבער 100 זײַטלעך) נעמט אַרײַן סײַ קורצע סײַ לענגערע אַרטיקלען, וועגן כּלערליי ייִדיש-אָרגאַניזאַציעס וואָס זײַנען געגרינדט געוואָרן אין אויסטראַליע נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און זײַנען צום טייל אַקטיוו ביזן הײַנטיקן טאָג. פֿאַראַן אויך פֿאַרכאַפּנדיקע אינטערוויוען מיט ייִדיש־רעדערס פֿון דרײַ דורות, וואָס דערציילן וועגן זייער איבערלעבונג מיט, און באַציִונג צו, מאַמע־לשון, ווי אויך אָריגינעלע ייִדישע לידער און דערציילונגען פֿון עקוועלט.
• • • >> און… טרעט אַרויס ווי אַ שרײַבער: מיטן נײַעם נומער רופֿט דער אויפֿן שוועל אויס אַ ליטעראַרישן פֿאַרמעסט! אויב איר ווילט אויספּרוּוון אײַער טאַלאַנט — שרײַבט און שיקט צו info@leagueforyiddish.org ביזן 31סטן אָקטאָבער 2026 אַ ליד אָדער קורצע פּראָזע (ביז 2500 ווערטער). די רעדאַקציע וואַרט!




