אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך
Comprehensive English-Yiddish Dictionary


אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך

דאָס אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך איז אַן עיקרדיקער מקור פֿאַר אַלע וואָס ניצן ייִדיש אין זייער פּערזענלעך צי פּראָפֿעסיאָנעל לעבן. דאָ קענט איר געפֿינען דעם פּינקטלעכן טערמין פֿאַר אַלץ וואָס איר זוכט נאָר, פֿון ATM ביז particle accelerator, פֿון same-sex marriage ביז hedgehog. די איינסן דעקן כּלערליייִקע תּחומען פֿון, למשל, פֿיזיק ביז פֿיזישער געניטונג, און נעמען אַלפֿאַבעטיש אַרײַן די גאַנצע גאַמע פֿון ‮אַלף ביז תוו.
און אויב איר האָט פּשוט ליב ייִדיש, וועט יעדעס זײַטל אײַך ברענגען הנאה און אײַך אויפֿעפֿענען די אויגן. די ווערטער און אויסדרוקן אין דעם אָ ווערטערבוך האָט מען געניצט – און סע ניצן נאָך אַלץ – פּראָפֿעסיאָנאַלן און בעלי־מלאָכה, אין שילן און ישיבֿות, אין שולן, געשעפֿטן, סטודיאָס און פֿאַבריקן, אינעם מיליטער, אין דער היים און אין אינטימען לעבן – וווּ נאָר ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן האָבן געלעבט און געליבט, געקאָכט און געבאַקן, געאַרבעט און געשאַפֿן.
דאָס פּרעמירטע אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך, איצט אין אַ באַאַרבעטער און פֿאַרגרעסערטער צווייטער אויפֿלאַגע (2021), האַלט אַרום 84,000 איינסן, אַרײַנגערעכנט קנאַפּע טויזנט נײַע ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן פֿאַר הײַנטצײַטיקער טערמינאָלאָגיע אין פֿעלדער ווי, למשל, טעכנאָלאָגיע, וויסנשאַפֿט און די פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע ספֿערן. סע ווײַזט אָן אויף דעם, אַז ייִדיש איז אַ לעבעדיקע שפּראַך מיט אַ כּסדר וואַקסנדיקן וואָקאַבולאַר‮, וואָס מע שרײַבט און רעדט עס אין אָן אַ שיעור ווינקלען פֿון דער וועלט. דאָס היסטאָרישע ווערטערבוך – באַזירט אויפֿן ווערק פֿון ד״ר מרדכי שעכטער, וואָס האָט געזאַמלט און געפֿאָרשט דאָס גערעדטע און ליטעראַרישע ייִדיש פֿון דער פֿאַרשפּרייטער ייִדיש־וועלט – שפּיגלט אָפּ זײַן וויזיע פֿאַר אַ הײַנטיקן און צוקונפֿטיקן באַניץ פֿון ייִדיש־לשון.
דאָס אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך איז, און וועט וועט ווײַטער דינען ווי, אַ קריטישער רעסורס פֿאַר ייִדיש־וויסנשאַפֿטלערס, ־רעדערס, ־שרײַבערס און ־סטודענטן.


שעף־רעדאַקטאָרן

גיטל שעכטער-װישװאַנאַט

סטיל־רעדאַקטאָר בײַם אױפֿן שװעל, ייִדישע פּאָעטעסע, און לאַנגיאָריקע מיטאַרבעטערין מיט ד״ר שעכטערן.

ד״ר הערשל גלעזער

געוועזענער דעקאַן פֿונעם מאַקס ווײַנרײַך־צענטער בײַם ייִוואָ.

אַסאָציִיִרטער רעדאַקטאָר

ד״ר חוה לאַפּין

ייִדיש־פּראָפֿעסאָר און ייִדיש־קענערין בחסד־עליון.


  • „אָט דאָס גלענצנדיקע ווערטערבוך איז דער סאַמע וויכטיקסטער צושטײַער צום תּחום פֿון ייִדיש־לימודים אינעם 21סטן יאָרהונדערט. ס׳איז אַ מוז פֿאַר יעדן ייִדיש־סטודענט צי ־מומחה און וועט אַזוי בלײַבן אויף קומעדיקע דורות...“ ד״ר מיכאל קרוטיקאָוו
    
פּראָפֿעסאָר פֿון סלאַווישע און ייִדישע לימודים, מישיגאַנער אוניווערסיטעט
Placeholder

אײַך איז ליבער אַ ווערטערבוך אָנלײַן?

פּובליקיר־אינפֿאָרמאַציע
 אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך, 2טע אויפֿלאַגע, באַאַרבעט און פֿאַרגרעסערט.
Comprehensive English-Yiddish Dictionary, 2nd edition, revised and expanded/Arumnemik english-yidish verterbukh, 2te uflage, baarbet un fargresert, Gitl Schaechter-Viswanath and Paul Glasser, editors-in-chief (Bloomington: Indiana University Press, 2021), 864 pp., hardcover [ISBN-978-0-253-05884-3]. Copyright, 2021 League for Yiddish, Inc.