איצט צום זען אויף יוטוב!
די גאָלדענע פּאַווע קומט צו פֿליִען!
אַ שמועס צווישן גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט און ד״ר שבֿע צוקער
וועגן שבֿעס נײַער אינספּירירנדיקער צוויישפּראַכיקער אויסגאַבע
די גאָלדענע פּאַווע—
דאָס קול פֿון דעם ייִדישן שרײַבער
צווישן אַנדערן קען מען הערן אויסצוגן פֿון ייִדישע שרײַבערס אויף דער רעקאָרדירונג
וואָס דעקלאַמירן זייערע אייגענע ווערק, אויף טעמעס ווי, למשל,
מלחמה, טראַדיציע און מאָדערנקייט, ליבע, און ייִדיש גופֿא –
טעמעס וואָס זײַנען הײַנט נאָך אַלץ אַקטועל.
(רעקאָרדירט דעם 20סטן מאַרץ 2022 פֿאַר אַ זומישן עולם)
שבֿע צוקער האָט געדינט ווי אױספֿיר־סעקרעטאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע און שעף־רעדאַקטאָר פֿון איר זשורנאַל אױפֿן שװעל פֿון 2005 ביז 2020. זי איז די מחברטע פֿון צװײ פּאָפּולערע ייִדיש־לערנביכלעך, ייִדיש – אַן אַרײַנפֿיר: לשון, ליטעראַטור און קולטור. מער ווי צוויי יאָרצענדלינג איז זי געװען אַ לערערין אין דער אוריאל װײַנרײַך־פּראָגראַם אין דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור, איצט אונטער דעם פּאַטראָנאַט פֿונעם ייִדישן װיסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט – ייִװאָ און באַרד־קאָלעדזש.