Your support keeps us publishing in Yiddish

Your support keeps us publishing in Yiddish

Passover 2025


Dear fellow Yiddish lover,


Nobel Prize winner Czesław Miłosz’s quote “Language is the only homeland” is a very powerful concept. From a Jewish perspective, language – and Yiddish in particular – is one of the many homelands that Jews have experienced throughout our history. This is particularly apropos as we approach Passover and relate the story of yetsiyes-mitsrayem [the expulsion from Egypt] at the Seder table.


The League for Yiddish has been on the forefront of actively supporting our “language homeland” for over 46 years by providing ongoing opportunities for those who read, write and understand Yiddish, as well as for those who wish to learn and improve their understanding.

• To explore the richness of a language, you need a dictionary. We are constantly updating our 88,000-entry Comprehensive English-Yiddish Dictionary and its online version to make sure that it reflects the most comprehensive collection of words and phrases.


• Our magazine Afn Shvel remains one of the very few outlets for Yiddish writers to be published and for readers to enjoy the written Yiddish word.


• For those who understand Yiddish, the video conversations on our Youtube channel provide a convenient opportunity to listen to interesting Yiddish creators and activists from around the world.


• Lastly, for the growing number of Yiddish students, we continue to produce graded readers with audio recordings and other materials to increase their access to the Yiddish language and culture.


טײַערער ליבהאָבער פֿון ייִדיש!


דער ציטאַט פֿונעם נאָבל־פּרעמירטן טשעסלאַוו מילאָש אַז „לשון איז דאָס איינציקע היימלאַנד“ האַלט אין זיך אַ ריזיקן כּוח. פֿון אַ ייִדישן קוקווינקל איז שפּראַך – בפֿרט ייִדיש – איינס פֿון אָן אַ שיעור היימלענדער וואָס ייִדן האָבן שוין אין אונדזער געשיכטע איבערגעלעבט. דערצו נאָך טרעפֿט עס איצט אין סאַמע פּינטל אַז מיר וועלן זיצן בײַם סדר־טיש און דערציילן וועגן יציאת־מצרים.


די ייִדיש־ליגע שטייט שוין העכער 46 יאָר אין סאַמע שפּיץ פֿון אַקטיוו שטיצן אונדזער „שפּראַכיק היימלאַנד“. ווי אַזוי? דערמיט וואָס מיר שטעלן תּמיד צו געלעגנהייטן פֿאַר לייענערס, שרײַבערס און רעדערס פֿון אונדזער היימיש לשון צו ניצן די שפּראַך, ווי אויך פֿאַר די וואָס האַלטן ערשט בײַם לערנען און שאַרפֿן זייער ייִדיש־קענטשאַפֿט.

*

כּדי זיך צו פֿאַרטיפֿן אין אַ שפּראַך קען מען זיך נישט באַגיין אָן קיין ווערטערבוך. דערפֿאַר דערהײַנטיקן מיר כּסדר אונדזער אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך מיט די מער ווי 88,000 איינסן, ווי אויך בײַם ווערטערבוך אָנלײַן, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז סע שפּיגלט אָפּ די סאַמע אַרומנעמיקסטע זאַמלונג ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן.

*

אונדזער זשורנאַל אויפֿן שוועל צייכנט זיך אויס צווישן די געציילטע פֿאָרומס וווּ ייִדישע שרײַבערס קענען זיך נאָך הײַנט דרוקן.

*

פֿאַר אַזוינע וואָס פֿאַרשטייען ייִדיש שטעלן די ווידעאָ־שמועסן אויף אונדזער יוטוב־קאַנאַל צו אַ באַקוועמע אָקאַזיע זיך צוצוהערן צו פֿאַרכאַפּנדיקע ייִדיש־באַשאַפֿערס און ־אַקטיוויסטן פֿון איבער גאָר דער וועלט.

*

אַחרון אַחרון חבֿיבֿ: פֿאַר דער כּסדר וואַקסנדיקער צאָל ייִדיש־סטודענטן גיבן מיר אַרויס, אַחוץ אַנדערע רעסורסן, ספּעציעל צוגעפּאַסט לייענוואַרג באַלייט פֿון קלאַנג־רעקאָרדירונגען כּדי צו שטאַרקן זייער צוטריט צו ייִדיש־לשון־ און ־קולטור.

דאָס אַלץ קענען מיר אָבער נאָר אויפֿטון מיט אײַער געטרײַער שטיץ. פּונקט ווי די ייִדן אין דער פּסח־געשיכטע קערן זיך אום צו זייער היימלאַנד, אַזוי אויך האָפֿן מיר אַז איר וועט געבן מיט אַ ברייטער האַנט און דערבײַ שטיצן אונדזערע באַמיִונגען אויפֿצוהאַלטן אונדזער „שפּראַכיק היימלאַנד“.


www.leagueforyiddish.org דאָס שטיצן איז קמץ אַלף אָ! גייט אויף

און שטיצט מיט אַ ברייטער האַנט.


איר ווילט שיקן אַ טשעק?

League for Yiddish שטעלט אים אויס אויף

און שיקט אים אויף:

League for Yiddish, 64 Fulton Street, Suite 1101, New York, NY 10038

 

מיר ווינטשן אײַך אַ פֿריילעכן, כּשרן און געשמאַקן פּסח!


גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט

פֿאָרזיצער



The League for Yiddish is a 501(c)(3) organization 
and depends solely on your membership donations 
to provide you with "Afn Shvel" magazine, "Yiddish Today",
Yiddish educational materials, and other programming.
Facebook  Twitter  Instagram  Youtube