אַ וואַרשטאַט לזכר רבֿקה באַסמאַן בן־חיים
Memorial workshop in honor of Rivka Basman Ben-Hayim
- דעם 23סטן אַפּריל 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
לכּבֿוד און לזכר דער אַנומלט פֿאַרשטאָרבענער ייִדיש־פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים ז״ל (ווילקאָמיר, 1925 – הרצליה, 2023).
מיט איר פּטירה האָט זיך געענדיקט אַ גאַנצע ליטעראַרישע עפּאָכע אין דער ייִדיש־וועלט. זי איז געווען אַ טײַערער מענטש מיט אַ רײַך לעבן וואָס שפּיגלט זיך אָפּ אין איר פּאָעזיע. בײַם צוקוקן זיך צום וואַרשטאַט וועט איר האָבן די געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט באַסמאַן בן־חיימס לידער פֿון פֿאַרשיידענע תּקופֿות. מיר לייענען און רעדן זיי אַרום אין איינעם, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון ד״ר מרים טרין, וואָס רעמט אײַן באַסמאַנס פּאָעטישע שאַפֿונג אין אַ היסטאָריש־ביאָגראַפֿישן קאָנטעקסט.
- דעם 23סטן אַפּריל 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג