דובֿ־בער קערלער: די מאָדערנע ליטעראַטור־שפּראַך
Dov-Ber Kerler: Modern Literary Yiddish
- דעם 14טן יאַנואַר 2024
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
אין דעם קאַפּיטל: די מאָדערנע ליטעראַטור־שפּראַך, אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קערלער דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור־שפּראַך און ־שריפֿט: וואָס דאָס הייסט, און ווען און וווּ ס׳האָט זיך אַנטוויקלט. דערבײַ וועט איר אויך קענען זען עטלעכע מוסטערביכער. מיר רעדן אויך אַרום דעם אָנהייב פֿון דער פּאָעזיע אויף ייִדיש, און קערלערס אייגענע פּאָעזיע.
דובֿ־בער קערלער (באָריס קאַרלאָוו) איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע (1958). ער האָט שטודירט לינגוויסטיק און פֿילאָלאָגיע אין העברעיִשן און אָקספֿאָרד אוניווערסיטעט. זינט 2001 פֿירט ער אָן די קאַטעדרע פֿאַר ייִדיש־לימודים אין אינדיאַנע-אוניווערסיטעט. ער האָט אָנגעפֿירט מיטן אַהיים־פּראָיעקט וואָס האָט געשאַפֿן אינטערוויוען אויף ייִדיש מיט דעם עלטערן דור ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. ער האָט ביז איצט געשריבן און רעדאַקטירט, אויף ייִדיש און אויף ענגליש, איבער 13 פֿאָרשביכער, דערציילונגען, אָדער פּאָעזיע־ביכער, אַנטאָלאָגיעס, און צײַטשריפֿטן.
- דעם 14טן יאַנואַר 2024
- אָנלײַן־אונטערנעמונג