פּראָפֿ’ שמעון נויבערג: אָנהייב ייִדיש-ליטעראַטור
Prof. Simon Neuberg: The Beginnings of Yiddish Literature
- דעם 27סטן אויגוסט 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
קוקט זיך צו צום שמועס צווישן אלי בענעדיקט און פּראָפֿ’ שמעון נויבערג, און הערט וועגן דער פֿריסטער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור; די פֿאַרשידענע שיטות בנוגע דעם שורש פֿון אונדזער שפּראַך; און די ערשטע טעקסטן וואָס מיר האָבן. מיר וועלן אויך אַרומרעדן אַלט־ייִדיש אַנטקעגן מיטל־ייִדיש, די פֿאַרשידענע סאָרטן טעקסטן, ביכער, שרײַבערס, לייענערס און דרוקערײַען וואָס האָבן עקסיסטירט אין יענער תּקופֿה. (רעקאָרדירט דעם 27סטן אויגוסט 2023 פֿאַר אַ זומישן עולם) פּראָפֿ’
שמעון נױבערג, אַ פֿראַנצױז אַ געבױרענער אין מאַראָקאָ, לערנט ייִדיש אין טריר־אוניװערסיטעט, דײַטשלאַנד. ער פֿאָרשט די געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. (זײַן בוך „עפּידעמיעס אין שפּיגל פֿון עלטערע ייִדישע טעקסטן“ איז אַרויס אין 2021 אױף דײַטש.) ער האָט געדרוקט אַרטיקלען אין ייִדיש, ענגליש, דײַטש און פֿראַנצײזיש און מיטגעאַרבעט אויף עטלעכע װערטערביכער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער שפּראַך.
- דעם 27סטן אויגוסט 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג