מענדל פּאַנעט: אַ רביש קינד + ייִדישע קאָמיקס
Mendel Paneth: A Royal Hasidic Child & Yiddish Comics
- דעם 12טן פֿעברואַר 2024
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
„ייִדיש הײַנט“ איז אַ סעריע ווידעאָ־פּראָגראַמען וואָס שטעלן אײַך פֿאָר פֿאַרשידענע מינים אַרטיסטן, פֿאָרשערס, און קולטור טוערס פֿון אַרום דער וועלט וואָס שאַפֿן הײַנטצײַטיקע קולטור אויף ייִדיש.
אין דעם קאַפּיטל: קוקט זיך צו צום שמועס צווישן אלי בענעדיקט און ר׳ מענדל הערש פּאַנעט הערט וועגן זײַן לעבן ווי אַ רביש קינד; מעשׂיות וועגן זײַן חסידישער דינאַסטיע, און וועגן די קליידער און מינהגים וואָס זענען אייגנאַרטיק פֿאַר רבישע קינדער. הערט אויך ווי ער האָט אײַנגעפֿירט קאָמיקס־שאַפֿונג אויף ייִדיש אין דער חסידישער וועלט דורך זשורנאַלן און ביכער וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן. מיר וועלן אויך אַרומרעדן די פֿאַרשידענע סאָרטן שאַפֿונג פֿאַרבונדן מיט זײַן אַ דרשן, חזן, שרײַבער, גראַפֿיקער, מאָלער און אַפֿילו אַ היימישער קאָכלערער.
מענדל הערש פּאַנעט איז געבוירן געוואָרן אין אַנטווערפּן, בעלגיע, בײַ אַ רבישער משפּחה פֿון דער דעעש־דינאַסטיע. נאָך זײַן חתונה איז ער געווען אַ מלמד אין אַ חדר. ער האָט אויפֿגעשטעלט און אַרויסגעגעבן גאָר פּאָפּולערע ייִדיש־שפּראַכיקע קינדער־זשורנאַלן מיט אַ שטאַרקן טראָפּ אויף קאָמיקס, אויפֿן נאָמען: „קינדלײַן“ און „הונדערט“. הײַנט גיט ער לעקציעס, פֿירט טורן, און האָט אַ געראָטענעם יוטוב־קאַנאַל אויף ייִדיש.
- דעם 12טן פֿעברואַר 2024
- אָנלײַן־אונטערנעמונג