פֿאַרלוירענע אוצרות קערן זיך אום אין ייִוו״אָ
Allan Nadler: Vilna’s Lost Treasures Return to YIVO
- דעם 29סטן יוני 2025
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און פּראָפֿ׳ ר׳ אַהרן (אַלען) נאַדלער, אַהרן נאַדלער איז אַ היסטאָריקער און פֿאָרשער פֿון רבנישער טראַדיציע און מאָדערנעם ייִדישן געדאַנק, און אַ געוועזענער פּראָפֿעסאָר אין דרו־אוניווערסיטעט. ער האָט געקראָגן אָרטאָדאָקסישע סמיכה, און געדינט ווי דער רבֿ אין קהילות אין באָסטאָן און מאָנטרעאָל, איידער ער האָט זיך איבערגעגעבן דער אַקאַדעמישער וועלט. פֿון 1991 ביז 1998 האָט ער געדינט ווי דער דירעקטאָר פֿון פֿאָרשונג און אָנפֿירער פֿון דער לערן־פּראָגראַם בײַם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט – ייִוואָ אין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט געפֿירט דאָס געראַנגל צוריקצוברענגען די ייִדישע אַרכיוון פֿון ווילנע און פֿאַרשטאַרקן דעם ייִוואָס פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש־קולטור. ער איז אַ באַקאַנטער שרײַבער און האָט אַרויסגעגעבן אַ ריי אַרטיקלען און ביכער וועגן חסידות, מתנגדים, און דער באַציִונג צווישן רעליגיע, פּאָליטיק און מאָדערניזם. אין דעם אינטערוויו קערן מיר זיך אום צו זײַנע יאָרן אין ייִוואָ, ווי אויך זײַנע געדאַנקען וועגן דער ייִדישער קולטור־ירושה און בכלל דער ראָלע פֿון אַרכיוון אין שאַפֿן דעם ייִדישן זכּרון.
- דעם 29סטן יוני 2025
- אָנלײַן־אונטערנעמונג