שמועס וועגן פּסח (אױף זום)
Passover Yiddish Shmueskrayz (on Zoom)
- דעם 22סטן מאַרץ 2026
- Online Event
-
Online Event
קומט אויפֿן ייִדיש־שמועסקרײַז!
דער ייִדיש־ליגע־שמועסקרײַז וועט אָנגעפֿירט ווערן דורך אלי בענעדיקט. מיר וועלן אָנהייבן מיט אַ שמועס וועגן פּסח – זכרונות פֿון דער סדר־נאַכט, פּסחדיקע מאכלים און לידער. מיר וועלן צוזאַמען לייענען קורצע טעקסטן, ווערטער און אויסדרוקן אַרום דער טעמע פּסח און פֿרײַהייט. דערנאָך וועלן מיר בעטן דעם עולם דערציילן עפּעס אויף ייִדיש וואָס האָט צו טאָן מיט פּסח: אַ דערמאָנונג פֿון אַ סדר, אַ משפּחהדיקע טראַדיציע, אָדער עפּעס אַנדערש וואָס פֿאַרבינדט אײַך מיט דעם יום־טובֿ.
אַלע וועלן האָבן אַ געלעגנהייט צו רעדן און שמועסן אויף ייִדיש אין אַ היימישער, אָפֿענער און פֿרײַנדלעכער אַטמאָספֿער.
דער שמועסקרײַז פּאַסט פֿאַר:
- די וואָס האָבן שוין געענדיקט כאָטש איין ייִדיש־קורס און ווילן פֿאַרשטאַרקן זייער רעדן.
- פֿליסיקע/כּמעט־פֿליסיקע רעדנערס וואָס ווילן זיך באַקענען מיט אַנדערע און שמועסן אויף ייִדיש.
זונטיק, דעם 22טן מאַרץ 2026/ד׳ ניסן תּשפּ״ו
מערבֿ־ברעג: 10:30 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:30 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 17:30
פּאַריז: 18:30
ישׂראל: 19:30
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
- דעם 22סטן מאַרץ 2026
- Online Event