קומט אויף אַ זומישן שמועס מיט דער פֿאָרשערין און כּלל־טוערין
פּראָפֿ' סאָסיע־פֿרײדל פֿאָקס
מיר וועלן שמועסן וועגן פֿעמיניזם און איר פּאָדקאַסט „ווײַבערטײַטש“ און מיר וועלן הערן וועגן ייִדישע זומער־לאַגערן אין אַמעריקע. מיר וועלן אויך שמועסן וועגן איר פּערזענלעכער געשיכטע: איר דערוואַקסנשאַפֿט, איר לערנען זיך ייִדיש, און אירע הײַנטיקע ראָלעס און אַקטיוויזם אין שײַכות מיט ייִדיש.
זונטיק, דעם 22סטן יאַנואַר 2023
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
רעגיסטרירט זיך אויפֿן ווײַטערדיקן לינק פֿון „איווענטברײַט“:
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק.
טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
סאָסיע־פֿרײדל פֿאָקס איז דער גאַסטירנדיקער געהילף־פּראָפֿעסאָר פֿון העברעיִש און ייִדישע לימודים א״נ גאָלדשטיין-גורען אין ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, ווי אויך דירעקטאָר פֿון דעם אַרכיוו פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע לינקע אין דער דיגיטאַלישער תּקופֿה. אירע פֿאָרש־אינטערעסן נעמען אַרײַן די אַמעריקאַנער ייִדישע געשיכטע, די געשיכטע פֿון יוגנט און קינדהייט, ייִדישע קולטור און די געשיכטע פֿון סעקסואַליטעט. איר קומעדיק בוך, The Jews of Summer: Summer Camp and Jewish Culture in Postwar America (פֿאַרלאַג סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט, פֿעברואַר 2023) באַהאַנדלט די פֿאַקטישע איבערלעבונגען פֿון דער יוגנט אין נאָכמלחמהדיקע ייִדישע זומער־לאַגערן, און דאָס אָרט פֿון צווישנדורותדיקער אינטעראַקציע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור.
סאָסיע־פֿרײדל האָט אין 8102 באַקומען איר דאָקטאָראַט פֿון דער בשותּפֿותדיקער פּראָגראַם אין געשיכטע און העברעיִש־ייִדישע לימודים בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. אַחוץ איר פֿאָרשונג איז זי דער גרינדער און עקזעקוטיוו־פּראָדוצירער פֿון דעם ייִדיש־שפּראַכיקן פּאָדקאַסט „ווײַבערטײַטש: אַ פֿעמיניסטישער פּאָדקאַסט אויף ייִדיש“.