|
דער סך־הכּל סוף יאָר
לכּבֿוד דעם סוף פֿון יאָר שטעלן מיר אײַך דאָ פֿאָר אַ סך־הכּל פֿון אַלע ווידעאָס וואָס מיר האָבן געשטעלט אויף יוטוב במשך דעם פֿאַרגייענדיקן יאָר.
האָט הנאה, און האָט אַ זיס, געבענטשט יאָר!
ייִדיש אין די הייכן: אַ בליק אַרײַן אין דער ייִדיש־אַקאַדעמיע און ־אַקטיוויזם אינעם נאָכמלחמהדיקן ניו־יאָרק
אַ קאָנפֿערענץ, צום 15טן יאָרצײַט פֿון ד״ר מרדכי שעכטער. צווישן די טעמעס: ליטעראַטור־פֿאָרשונג, שפּראַכפֿאָרשונג, געשיכטע, אַרכיוון, פּעדאַגאָגיק און אַ קאָנצערט מיט עלעאָנאָר ביעזשונסקי (אַ שפּיל־רשימה מיט 7 קאַפּיטלעך)
אַ וואַרשטאַט לזכר רבֿקה באַסמאַן בן־חיים
Memorial workshop in honor of Rivka Basman Ben-Hayim
לזכר דער ייִדיש־פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חיים ז״ל – אַ וואַרשטאַט וועגן אירע לידער פֿון פֿאַרשיידענע תּקופֿות, געפֿירט דורך ד"ר מרים טרין
ד״ר הערשל גלעזער: דער אָנהייב פֿון ייִדיש
Dr. Paul Glasser: The Beginnings of Yiddish
אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און ד״ר הערשל גלעזער וועגן דער פֿריסטער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש
די סעריע „ייִדיש הײַנט“:
קאַפּיטלעך 1–8 זענען אַרויס אין תּשפּ"ב (דעם פֿריִערדיקן יאָר); במשך דעם איצטיקן יאָר (תּשפּ"ג) זענען אַרויס די ווײַטערדיקע:
קאַפּיטל 9: אַ שמועס מיט ד"ר מרים טרין וועגן אונדזער זשורנאַל "אויפֿן שוועל" און נאָך
קאַפּיטל 10: ד"ר איוו יאָכנאָוויץ - וועגן ייִדישע מאכלים
Yiddish Today: Dr. Eve Jochnowitz - about Jewish food
“קאַפּיטל 11: ד"ר זואי בעלק: אַ נײַער קוק אויף „חסידישע אידיש
Dr. Zoë Belk: New Views on Hasidic Yiddish
קאַפּיטל 12: אַבֿרהמי זאַקס: ראַדיאָ אויף ייִדיש, דײַטשמעריש און נאָך
Avremi Zaks: Yiddish radio, and more
קאַפּיטל 13: סאָסיע־פֿרײדל פֿאָקס: וועגן פֿעמיניזם אין ייִדיש און נאָך
Sandra Fox: feminism in Yiddish and more
קאַפּיטל 14: איזי פּאָזען: וועגן פֿיזיק אויף ייִדיש; חסידים אין לאָנדאָן
Physics in Yiddish; Hasidim in London
קאַפּיטל 15: דזשאַש וואַלעצקי: פּליטים צוזאַמען
Josh Waletzky: Refugees Together
(with English subtitles)
קאַפּיטל 16: פֿיליפּ שוואַרץ: הײַנטצײַטיקער ייִדישיזם; מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן; נעאָ חסידיזם און נאָך
קאַפּיטל 17: בעלאַ בריקס־קלײַן: וועגן ירחמיאל בריקס; ייִדיש אין ישׂראל
Bella Bryks-Klein: Yiddish in Israel
קאַפּיטל 18: מיכאל שניצלער: זײַן לעבן און מוזיק שאַפֿונג
Michael Schnitzler: His life and music
קאַפּיטל 19: עליע פּאַלעווסקי: אַ לעבן אויף ייִדיש
Elye Palevsky: Living in Yiddish and Yiddish Activism
קאַפּיטל 20: פרידא וויזעל: אַ טעם פֿון חסידישן ברוקלין
Frieda Vizel: A taste of Hasidic Brooklyn
מיר האָבן ממש ערשט אַרויפֿגעשטעלט אויף יוטוב אויך קאַפּיטל 12,
אַן אינטערוויו מיט חנה פּאָלאַק. (זעט די מודעה דאָ אונטן.)
מיר האָבן שוין אויך דורכגעפֿירט די אונטערנעמונג דער אָנהייב פֿון ליטעראַטור אויף ייִדיש, אַ שמועס מיט פּראָפֿ' שמעון נויבערג, פֿאַר אַ זומישן עולם. די רעקאָרדירונג וועט אַרויף אויף יוטוב אין די קומעדיקע צוויי וואָכן.
לשנה טובֿה, אַ כּתיבֿה וחתימה טובֿה, און
אַ גוט, זיס, געבענטשט יאָר!
|