|
אַ גאַסט אין שטעטל!
קומט באַקענט זיך מיט דער שעף־רעדאַקטאָרשע
פֿונעם זשורנאַל אויפֿן שוועל
ד״ר מרים טרין
זי וועט האַלטן אַ לעקציע אויף דער טעמע
אַפֿיר פֿון די טיפֿענישן פֿונעם ייִוואָ-אַרכיוו –
חיים גראַדעס ראָמאַן זין און טעכטער
דעם 25סטן אויגוסט 2025, 2:00 נאָך מיטאָג
צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע: 15 וועסט 16טע גאַס (ניו־יאָרק)
מרים וועט אויך כאַפּן אַ שמועס מיטן עולם וועגן איר גאָר אינטערעסאַנטן לעבנס־מאַרשרוט
פֿון פּוילן קיין ישׂראל, און איר ווערן אַ מומחהטע אין
ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור.
די פּראָגראַם וועט פֿירקומען אויפֿן אָרט, און נישט זומיש.
מע וועט עס אָבער פֿילמירן פֿאַר די וואָס קענען נישט בײַזײַן בכבֿודו־ובֿעצמו.
פּרטים וועט מען לאָזן וויסן נאָך דער פּראָגראַם.
אַ לײַכטער כּיבוד וועט סערווירט ווערן.
אַרײַנגאַנג פֿרײַ, נאָר מע מוז זיך רעגיסטרירן אין פֿאָרויס (אויפֿן לינק דאָ אונטן).
https://www.eventbrite.com/e/chaim-grades-novel-sons-and-daughters-tickets-1555939379569
מיטגעשטיצט פֿונעם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט – ייִוואָ
|