|
מיר פֿאַרבעטן אײַך זיך צוקוקן צום פֿאַרכאַפּנדיקן שמועס צווישן שבֿע צוקער און דער באַקאַנטער היסטאָריקערין פֿונעם לאָנדאָנער ייִדישן ציבור
וויווי לאַקס
וואָס רעדט וועגן איר נײַ בוך
East End Jews: Sketches from the London Yiddish Press
אָפּגעהאַלטן מיטוואָך, דעם 29סטן אָקטאָבער 2025, אין שטאָט ניו־יאָרק.
https://youtu.be/evUiCwIoIhY
צווישן 1884 און 1954 האָט די לאָנדאָנער פּרעסע אַרויסגעגעבן הונדערטער פֿעליעטאָנען פֿון אָרטיקע שרײַבערס וועגן לאָנדאָנער ייִדישן לעבן. די קורצע דערציילונגען זענען סאַטיריש, קאָמיש און רירנדיק, אויף טשיקאַווע טעמעס ווי, למשל: מלחמה אין דער היים צווישן די מינים, פּאָליטיק אין די קאַפֿעען, און ספֿרי־תּורה אויף די גאַסן. די דערציילונגען האָבן געשריבן סײַ גוט באַקאַנטע שרײַבער (למשל, מאָריס ווינטשעווסקי, יוסף־חיים ברענער און אסתּר קרייטמאַן), סײַ היפּש ווייניקער באַקאַנטע.
וויווי לאַקס און שבֿע צוקער (ייִדיש־לערער און געוועזענער רעדאַקטאָר פֿון אויפֿן שוועל) שטעלן אין איינעם פֿאָר אַ ריי פֿעליעטאָנען – אויף ענגליש און ייִדיש – און רעדן אַרום די טעמעס וואָס די פּרעסע האָט אַרויסגעהויבן.
וויווי לאַקס איז אַ היסטאָריקערין פֿון לאָנדאָנס ייִדישן „איסט־ענד“, ווי אויך אַן איבערזעצער און זינגערין. זי איז די מחברטע פֿון Whitechapel Noise און London Yiddishtown, ווי אויך אַקאַדעמישע און פּאָפּולערע אַרטיקלען. זי איז אַ קולטור־טוערין אין לאָנדאָן און האָט מיטאָרגאַניזירט סײַ דעם גרויסן ייִדישן פּאַראַד, סײַ דעם Yiddish Café Trust. זי זינגט פּאָפּולערע לידער אויפֿן „קאָקני־ייִדיש“ מיט די גרופּעס קלעזמער־קלאָב און קאַטשאַנעס, און פֿירט שפּאַצירטורן איבער דעם „איסט־ענד“.
|