ד״ר הערשל גלעזער: דער אָנהייב פֿון ייִדיש
Dr. Paul Glasser: The Beginnings of Yiddish
- דעם 20סטן יוני 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
קוקט זיך צו צום ווידעאָ פֿונעם זומישן וואַרשטאַט, געהאַלטן געוואָרן דורך דער ייִדיש־ליגע, אַ שמועס צווישן אלי בענעדיקט און ד״ר הערשל גלעזער וועגן דער פֿריסטער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש; די פֿאַרשידענע שיטות בנוגע דעם שורש פֿון אונדזער שפּראַך, און די ערשטע מקורים. אויך רעדן מיר אַרום ד״ר מאַקס ווײַנרײַכס טעאָריע וואָס איז אָנגענומען געוואָרן דורך ס׳רובֿ פֿאָרשערס, און וועגן ד״ר גלעזערס ראָלע בײַם רעדאַקטירן מאַקס ווײַנרײַכס איבערגעזעצט בוך “History of the Yiddish Language”.
ד״ר הערשל גלעזער איז געבוירן געוואָרן אין 1957 אין ברוקלין, ניו יאָרק. ער איז אַ חשובֿער ייִדישער לינגוויסט, לערער און איבערזעצער, און דער מיט־שעף־רעדאַקטאָר פֿונעם אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך. ער איז אַ מיטגליד פֿון דער עקזעקוטיװע בײַ דער ייִדיש־ליגע און אַ לאַנגיאָריקער טוער פֿאַר ייִדיש.
- דעם 20סטן יוני 2023
- אָנלײַן־אונטערנעמונג