לילי קאַהן: העווי־מעטאַל אויף ייִדיש
Lily Kahn: Heavy Metal in Yiddish (English subtitles)
- דעם 18טן יולי 2022
- אָנלײַן־אונטערנעמונג
-
אָנלײַן־אונטערנעמונג
ייִדיש הײַנט איז אַ סעריע ווידעאָ־פּראָגראַמען וואָס שטעלן אײַך פֿאָר פֿאַרשידענע מינים אַרטיסטן פֿון אַרום דער וועלט וואָס שאַפֿן הײַנטצײַטיקע קולטור אויף ייִדיש.
אין דעם קאַפּיטל: פּראָפֿ’ לילי קאַהן וועגן „העווי־מעטאַל אויף ייִדיש”: אַ פֿאַרמלחמהדיקע מוזיקאַלישע טראַדיציע אין אַ נײַעם לבֿוש“.
מע וואָלט געקערט מיינען אַז מעטאַל־מוזיק האָט זייער ווייניק צו טאָן מיט ייִדן און דער ייִדישער שפּראַך. עס זענען אָבער דאָ צווײ מוזיקאַלישע גרופּעס אויף דער וועלט — „געוואָלט“, באַזירט אין מדינת־ישׂראל, און „דיבוקים“, באַזירט אין שוועדן — וואָס שאַפֿן מעטאַל־מוזיק אין גאַנצן אויף מאַמע־לשון. אין אָט דעם רעפֿעראַט אַנאַליזירט פּראָפֿ׳ קאַהן די פֿאַרבינדונג צווישן מעטאַל־מוזיק און דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, און אַנטדעקט ווי אַזוי די דאָזיקע מוזיקערס העלפֿן ייִדן פֿון אַן אַשכּנזישן אָפּשטאַם פֿאַרטיפֿן זייער ייִדישע אידענטיטעט און דערטאַפּן די ייִדישע שפּראַך און מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון פֿאַרן חורבן.
לילי קאַהן איז אַ פּראָפֿעסאָרשע פֿון לשון־קודש און ייִדישע שפּראַכן אין אָפּטייל פֿון ייִדישע לימודים בײַם „יוניווערסיטי קאַלעדזש לאָנדאָן“. זי איז די מחברטע פֿון לערנביכל “Colloquial Yiddish” און איז אַ מיטגליד פֿון אַ פֿאָרשגרופּע וואָס אַרבעט אויף די לינגוויסטישע אַספּעקטן פֿון ייִדיש אין דער חסידישער וועלט.
- דעם 18טן יולי 2022
- אָנלײַן־אונטערנעמונג