אַ שמועס מיט אַבֿרהמי זאַקס; וועגן ראַדיאָ אין ישראל, דײַטשמעריזם און נאָך
Avremi Zaks: Yiddish radio, and more
- דעם 18טן דעצעמבער 2022
- online
-
online
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיטן ישׂראלדיקן פֿאָרשער, לערער, ראַדיאָ־דיקטאָר און פּראָדוצירער
אַבֿרהמי זאַקס
מיר וועלן הערן וועגן זײַן אַרבעט ווי דער ייִדיש־ראַדיאָ־דיקטאָר און פּראָדוצירער בײַ דער ישׂראלדיקער וואָכיקער ראַדיאָ־פּראָגראַם „כאן יידיש”, ווי אויך זײַן פֿאָרשונג וועגן דײַטשמעריזמען אין ייִדיש און זײַן ייִדיש־לערערײַ.
זונטיק, דעם 18טן דעצעמבער 2022
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
Join Zoom Meeting
https://us06web.zoom.us/j/81523297101?pwd=T0lyRnNoVVdHSTVWeGh0aDFwaHdvUT09
אַבֿרהמי זאַקס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה אין כּפֿר חב"ד (ישראל) און זיך געלערנט אין אַ ייִדיש־שפּראַכיקן חדר און ישיבֿה. ער האָט פֿאַרענדיקט זײַן מאַגיסטער אין ייִדיש בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. זינט 2013 פֿירט ער אָן מיט „כאן יידיש”, וווּ ער רעדט אַרום פֿאַרשידענע טעמעס אין ייִדיש און לייענט פֿאָר די נײַעס. ער לערנט ייִדיש אין „בית־שלום־עליכם” (תּל־אָבֿיבֿ), און אין בן־גוריון־אוניווערסיטעט (באר־שבֿע).
* * *
- דעם 18טן דעצעמבער 2022
- online