באַהאַלטענע אויטאָביאָגראַפֿיעס: 200 מעשׂיות פֿון ייִדן אין אמעריקע
Hidden Autobiographies: 200 Stories of Jewish Immigrants in America
- דעם 19טן מײַ 2024
- online
-
online
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיטן שרײַבער און פֿאָרשער
פּראָפֿ׳ דניאל סויער
אויף דער טעמע
באַהאַלטענע אויטאָביאָגראַפֿיעס:
200 מעשׂיות פֿון ייִדישע אימיגראַנטן אין אַמעריקע
מיר וועלן שמועסן וועגן דער געשיכטע פֿון דעם אויטאָביאָגראַפֿיע־קאָנקורס וואָס דער ייִוואָ האָט אָפּגעהאַלטן אין יאָר 1942, אויף דער טעמע „פֿאַר וואָס בין איך אַוועק פֿון דער אַלטער היים, און וואָס איך האָב דערגרייכט אין אַמעריקע”. איבער 200 „געוויינטלעכע”, טאָג־טעגלעכע מענטשן האָבן אַרײַנגעשיקט זייער לעבנס־געשיכטע. מיר וועלן לייענען עטלעכע בײַשפּילן פֿון אָט די אוצרות, און זיך באַקענען מיט עטלעכע פֿון די שרײַבערס און זייער לעבן. מיר וועלן אויך אַרומרעדן סויערס אייגענע געשיכטע, זײַנע ביכער און פֿאָרשונגען.
זונטיק, דעם 19טן מײַ 2024/י״א אייר, תּשפּ״ד
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
דניאל סויער איז אַ פּראָפֿעסאָר אין פֿאָרדאַם־אוניווערסיטעט (ניו־יאָרק). ער האָט געדינט ווי אַן אַרכיוויסט בײַם ייִוואָ, און האָט מיטרעדאַקטירט און געשריבן איבער צען ביכער אויף ענגליש מיט אַ שײַכות צו אונדזער טעמע, וואָס באַהאַנדלען ייִדישע אימיגראַנטן, ייִדיש אין אַמעריקע און לינקע אידעאָלאָגיעס.
* * *
- דעם 19טן מײַ 2024
- online