פרידא וויזעל: אַ טעם פֿון חסידישן ברוקלין
Frieda Vizel: A taste of Hasidic Brooklyn
- דעם 30סטן יולי 2023
- online
-
online
אַ טעם פֿון חסידישן ברוקלין
קומט אויף אַ זומישן שמועס צווישן אלי בענעדיקט און
פרידא וויזעל
מיר וועלן שמועסן וועגן דעם לעבן אין דער חסידישער קהילה; דער געשיכטע פֿון איר פֿאַרלאָזן די קהילה; און איר אַרבעט ווי אַ טורפֿירער אין חסידישן ברוקלין. מיר וועלן אויך אַרומרעדן די טעמעס חסידישער חינוך, קינדערשפּילן אויף ייִדיש, חסידישע צײַטונגען און נאָך.
זונטיק, דעם 30סטן יולי 2023
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
פרידא וויזעל איז געבוירן געוואָרן בײַ אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה אין דער סאַטמערער קהילה אין קרית־יואל, ניו־יאָרק. זי האָט פֿאַרלאָזט די קהילה ווען זי איז געווען 25 יאָר, און געוואָרן אַ טורפֿירער אין די חסידישע געגנטן פֿון ברוקלין. זי שרײַבט אַ בלאָג און האָט אַ געראָטענעם יוטוב־קאַנאַל אויף ענגליש. אין איר ווערק דעקט זי דאָס לעבן פֿון די חסידים אין פֿאַרשיידענע תּחומים ווי: חסידישע פּאָפּקולטור, עסן, סאָציאַל־עקאָנאָמיע, רעקלאַמעס, געשעפֿטן און נאָך. זי פֿירט אויך דורך אינטערוויוען אויף טעמעס וואָס זענען שייך צום געוועזענעם חרדישן שטייגער לעבן.
- דעם 30סטן יולי 2023
- online