ווי איז מאָנטרעאָל געוואָרן אַ היים פֿאַר חרדישע און חסידישע ייִדן?
How Did Montreal Become a Home for Hasidic Jews?
- דעם 30סטן יוני 2026
- online
-
online
ווי איז מאָנטרעאָל געוואָרן אַ היים פֿאַר חרדישע און חסידישע ייִדן?
קומט אויף אַ זומישן שמועס און באַקענט זיך מיט
פּראָפֿ׳ שמואל (סטיווען) לפּידות
אין דעם שמועס וועלן מיר נאָכגיין דעם וועג פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן ביז די הײַנטיקע חסידישע גאַסן פֿון מײַל־ענד און אוטרעמאָנט. מיר וועלן רעדן וועגן אַן אַלטער וועלט אין אַ נײַעם לאַנד, וועגן קהילה און גרענעצן, וועגן שכנים, שפּראַכן, שטאָט, און וועגן דעם, ווי דאָס חסידישע לעבן זעט אויס דווקא אין מאָנטרעאָל. אַ שמועס וועגן שטרײַמלעך אויף פּאַרק־עוועניו, פֿאַרגעסענע רביס, כּשרות־געראַנגלען, שולן, געשעפֿטן, און וועגן דעם ווי אַ חסידישע ייִדיש־וועלט האָט זיך אויסגעבויט צווישן פֿראַנצייזיש און ענגליש אין מאָנטרעאָל.
דינסטיק, דעם 30סטן יוני 2026/ט״ו תּמוז תּשפּ״ו
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
פּראָפֿ׳ לפּידות איז אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון דער קאַנאַדער ייִדישער געשיכטע, בפֿרט פֿון די אָרטאָדאָקסישע און חסידישע קהילות אין מאָנטרעאָל. אין זײַן דאָקטאָר־אַרבעט האָט ער באַהאַנדלט דעם מאָנטרעאָלער ועד־העיר אינעם 20סטן יאָרהונדערט, און ער האָט אַ סך געשריבן וועגן רבנים, חסידישע רביס, כּשרות, חסידים, און וועגן דעם לעבן פֿון דער חרדישער קהילה אין דער שטאָט. ער לערנט אין קאָנקאָרדיאַ־אוניווערסיטעט און איז פֿאַרבונדן ווי אַ פֿאָרשער מיטן אינסטיטוט פֿאַר קאַנאַדער ייִדישע שטודיעס און מיט מאַקגיל־אוניווערסיטעט.
* * *
- דעם 30סטן יוני 2026
- online