ווען ס׳ווערט פֿינצטער: נאַכטלעבן, סודות און שפּעטע שעהען
When It Gets Dark: Nightlife, Secrets, and Late Hours
- דעם 7טן יוני 2026
- online
-
online
בײַ נאַכט שפּאַנט די וועלט זיך אַ ביסל אויס. אײַער ייִדיש קען אויך!
קומט אויפֿן ייִדיש־ליגע־שמועסקרײַז דורך זום. דעם חודש וועלן מיר רעדן אויף דער טעמע:
ווען ס׳ווערט פֿינצטער: נאַכטלעבן, סודות און שפּעטע שעהען
דער זומער שטייט שוין בײַם שוועל. די טעג ווערן לענגער, די נאַכט קומט שפּעטער, און מיט יעדן טאָג ווערט די נאַכט אַלץ לעבעדיקער. איז לאָמיר עס אויך טאָן אויף ייִדיש!
מיר וועלן רעדן וועגן נאַכטלעבן; פֿינצטערע באַרן, נאַכטקלובן, ליכט און שאָטן, שלאָפֿלאָזיקייט, חלומות, און די סאָרטן מחשבֿות און שמועסן וואָס קומען אונטער דווקא בײַ נאַכט. מיר וועלן צוזאַמען לייענען אַ פּאָר קורצע טעקסטן און לידער, און דערנאָך שמועסן צוזאַמען. יעדער וועט האָבן אַ געלעגנהייט צו רעדן. מען דאַרף נישט רעדן קיין פּערפֿעקט ייִדיש. מע דאַרף נאָר האָבן גענוג ייִדיש כּדי אַרײַנצושפּרינגען אין שמועס. ייִדיש דאַרף נישט זײַן אויסגעפּוצט כּדי צו זײַן לעבעדיק!
זונטיק, דעם 7טן יוני 2026/כ״ב סיון תּשפּ״ו
מערבֿ־ברעג: 10:30 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:30 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:30
פּאַריז: 19:30
ישׂראל: 20:30
די אָנטייל־נעמונג איז בחינם, נאָר מע דאַרף זיך פֿריִער רעגיסטרירן. נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
- דעם 7טן יוני 2026
- online