האָבן די רבנים געקעמפֿט קעגן די משׂכּילים?
Did the Rabbis Wage War Against the Enlightenment Thinkers?
- דעם 27סטן אָקטאָבער 2024
- online
-
online
האָבן די רבנים געקעמפֿט קעגן די משׂכּילים?
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיט
יוחנן לאָווען
מיר וועלן שמועסן וועגן לאָווענס פֿאָרשאַרבעט אויף דער טעמע. בפֿרט וועלן מיר אַרומרעדן די נישט־דערציילטע פֿאַקטן וועגן דעם ווי, למשל, דאָס וואָס די רבנים האָבן געשטיצט באַוווּסטע משׂכּילים ווי, למשל, משה מענדעלסאָן און נפֿתּלי הערץ וויזעל. מיר וועלן אויך רעדן וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון די חרמות און קאַמפֿן קעגן זיי מצד די פֿרומע קרײַזן וואָס גייען נאָך אָן ביזן הײַנטיקן טאָג.
זונטיק, דעם 27סטן אָקטאָבער 2024/כּ״ה תּשרי, תּשפּ״ה
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 17:00
פּאַריז: 18:00
ישׂראל: 19:00
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
- דעם 27סטן אָקטאָבער 2024
- online