אַ וואַרשטאַט לזכר רבֿקה באַסמאַן בן־חיים
Memorial workshop in honor of the Yiddish poet Rivka Basman Ben-Hayim z”l
- דעם 23סטן אַפּריל 2023
- online
-
online
קומט אויף אַ זומישן וואַרשטאַט פֿון דער ייִדיש־ליגע
בשותּפֿות מיטן ייִוואָ און „יאָ” – ייִדיש־אָרט
לכּבֿוד און לזכר דער אַנומלט פֿאַרשטאָרבענער ייִדיש־פּאָעטעסע
רבֿקה באַסמאַן בן־חיים ז״ל
(ווילקאָמיר, 1925 – הרצליה, 2023)
מיט איר פּטירה האָט זיך געענדיקט אַ גאַנצע ליטעראַרישע עפּאָכע אין דער ייִדיש־וועלט. זי איז געווען אַ טײַערער מענטש מיט אַ רײַך לעבן וואָס שפּיגלט זיך אָפּ אין איר פּאָעזיע.
פֿאַרבעטן מיר אײַך אויף אַן אינטעראַקטיוון וואַרשטאַט, וווּ איר וועט האָבן די געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט באַסמאַן בן־חיימס לידער פֿון פֿאַרשיידענע תּקופֿות. מיר וועלן זיי לייענען און אַרומרעדן אין איינעם, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון ד״ר מרים טרין, וואָס וועט אײַנרעמען באַסמאַנס פּאָעטישע שאַפֿונג אין אַ היסטאָריש־ביאָגראַפֿישן קאָנטעקסט.
זונטיק, דעם 23סטן אַפּריל 2023
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
דער וואַרשטאַט וועט געדויערן 2 שעה. די פֿאַרשריבענע וועלן קריגן דעם לייען־מאַטעריאַל אין פֿאָרויס.
די באַטייליקונג איז אומזיסט. פֿרײַוויליקע צושטײַערס זענען תּמיד אָנגעלייגט!
- דעם 23סטן אַפּריל 2023
- online