די וויליאַמסבורגער מיידל וואָס איז געוואָרן אַ ראָקשטערן
The girl from Williamsburg who became a rock star
- דעם 22סטן סעפּטעמבער 2024
- online
-
online
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיט
ריקי רויז
די וויליאַמסבורגער מיידל וואָס איז געוואָרן אַ ראָקשטערן
זונטיק, דעם 22סטן סעפּטעמבער 2024/י״ט אלול, תּשפּ״ד
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
ריקי רויז איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ סאַטמערער משפּחה, האָט חתונה געהאַט, און דערנאָך פֿאַרלאָזט די חסידישע קהילה. זי איז הײַנט באַקאַנט אין דער ייִדישער וועלט ווי אַ קאָמפּאָזיטאָרין און זינגערין פֿון ייִדישע לידער, ווי אויך אַ ייִדיש־קאָמיקער אין קורצע פֿילמען און אַ בעל־משפּיע אין דער סאָציאַלער מעדיע.
- דעם 22סטן סעפּטעמבער 2024
- online