שיין בייקער: ייִדיש־טעאַטער
Yiddish theater through Shane Baker’s eyes
- דעם 14טן אויגוסט 2022
- online
-
online
„ייִדיש הײַנט” – ייִדיש אין הײַנטצײַטיקער קולטור
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיטן באַרימטן אַקטיאָר און קולטור־טוער:
שיין בייקער
מיר וועלן אַרומרעדן דעם ייִדישן טעאַטער, וואָס דאָס הייסט זײַן אַ ייִדיש־אַקטיאָר דורך זײַנע אויגן, און זײַן שפּילן דורך די יאָרן. מיר וועלן אויך שמועסן וועגן זײַן ראָלע ווי דער אָנפֿירער פֿונעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, און נאָך
זונטיק, דעם 14טן אויגוסט 2022
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
https://us06web.zoom.us/j/86815295208?pwd=MUh0SVQxSk5TVVpWZEZwMzBsajJIZz09
שיין בייקער איז אַ ייִדיש־אַקטיאָר, בינע־קינסטלער, ווערטער־מײַסטער און קולטור־טוער. שיין האָט זיך געלערנט נאָך בײַם פֿריִערדיקן דור אַקטיאָרן און פֿירט הײַנט ווײַטער די מסורה פֿונעם ייִדיש־טעאַטער, טרענירט תּלמידים, און שפּילט שוין צענדליקער יאָרן אויף יעדער ייִדיש־בינע וואָס איז נאָר פֿאַראַן אַרום דער וועלט. שיין פֿירט אויך אָן מיט דער ייִדיש־אָרגאַניזאַציע „ייִדישער קולטור־קאָנגרעס” וווּ ער אַרבעט לטובֿת ייִדיש און ייִדישער קולטור, און פֿאַרשפּרייט ייִדיש אַלץ ווײַטער און ווײַטער.
* * *
- דעם 14טן אויגוסט 2022
- online