שפֿרה לאָווען: פֿון קרית טאָהש צום אומבאַוווּסטן
Shifra Lowen: From Kiryas Tosh to the Unknown
- דעם 17טן מאַרץ 2024
- online
-
online
פֿון קרית טאָהש צום אומבאַוווּסטן
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיט
שפֿרה לאָווען
מיר וועלן הערן וועגן איר איבערלעבונג פֿון אויפֿוואַקסן, און אױפֿהאָדעװען אַ משפּחה, אין אַ קליין חסידיש דערפֿל אין קוועבעק; וועגן מיידל־חינוך און ייִדיש־שאַפֿונג אין דער קהילה, אַרײַנגערעכנט אירע אָריגינעלע ייִדיש־לידער וואָס זענען באַקאַנט געוואָרן איבער דער חסידישער וועלט. מיר וועלן אויך אַרומרעדן איר לעבנסוועג פֿון אָפּלאָזן די קהילה צוזאַמען מיט איר גאַנצער משפּחה.
זונטיק, דעם 17טן מאַרץ 2024/ז׳ אָדר ב׳, תּשפּ״ד
מערבֿ־ברעג: 9:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 12:00 מיטאָג
לאָנדאָן: 16:00
פּאַריז: 17:00
ישׂראל: 18:00
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
שפֿרה לאָווען איז אויפֿגעוואַקסן בײַ אַ חסידישער משפּחה, חתונה געהאַט, און דערצויגן אַ משפּחה אין קרית טאָהש. דאָרט פֿלעגט זי שרײַבן אַרטיקלען פֿאַר חסידישע זשורנאַלן, און צושטעלן גראַמען פֿאַר קאָמפּאָנירטע ייִדיש־לידער וואָס מע האָט געזונגען אין מיידל־קעמפּן און ־שולעס, ווי אויך פֿאַר מוזיקדיסקן אויף וועלכע מענער־זינגערס זינגען אירע לידער. צום סוף האָט זי אָפּגעלאָזט די חסידישע קהילה. הײַנט וווינט זי מיט איר משפּחה אין מאָנטרעאַל.
- דעם 17טן מאַרץ 2024
- online