פּראָפֿ’ שמעון נויבערג: דער אָנהייב פֿון ליטעראַטור אויף ייִדיש
Prof. Simon Neuberg: The beginning of literature in Yiddish
- דעם 27סטן אויגוסט 2023
- online
-
online
דער אָנהייב פֿון ליטעראַטור אויף ייִדיש
קומט אויף אַ זומישן שמועס מיט דעם באַקאַנטן שפּראַכפֿאָרשער
פּראָפֿ' שמעון נויבערג
מיר וועלן רעדן וועגן דער פֿריסטער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור; די פֿאַרשידענע שיטות בנוגע דעם שורש פֿון אונדזער שפּראַך; און די ערשטע טעקסטן וואָס מיר האָבן. מיר וועלן אויך אַרומרעדן אַלט־ייִדיש אַנטקעגן מיטל־ייִדיש, די פֿאַרשידענע סאָרטן טעקסטן, ביכער, שרײַבערס, לייענערס און דרוקערײַען וואָס האָבן עקסיסטירט אין יענער תּקופֿה.
זונטיק, דעם 27סטן אויגוסט 2023
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
פּראָפֿ' שמעון נױבערג, אַ פֿראַנצױז אַ געבױרענער אין מאַראָקאָ, לערנט ייִדיש אין טריר־אוניװערסיטעט, דײַטשלאַנד. ער פֿאָרשט די געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. (זײַן בוך „עפּידעמיעס אין שפּיגל פֿון עלטערע ייִדישע טעקסטן” איז אַרויס אין 2021 אױף דײַטש.) ער האָט געדרוקט אַרטיקלען אין ייִדיש, ענגליש, דײַטש און פֿראַנצײזיש און מיטגעאַרבעט אויף עטלעכע װערטערביכער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער שפּראַך.
* * *
- דעם 27סטן אויגוסט 2023
- online