קומט אויפֿן ייִדיש־שמועסקרײַז!
Join our Yiddish Shmueskrayz on Zoom!
- דעם 22סטן פֿעברואַר 2026
- Online Event
-
Online Event
קומט אויפֿן ייִדיש־שמועסקרײַז!
דער שמועסקרײַז וועט אָנגעפֿירט ווערן דורך אלי בענעדיקט. מיר וועלן אָנהייבן מיט אַ שמועס וועגן ליבע, וועגן דעם אונטערשייד צווישן ליב האָבן, און געפֿעלן, און וועגן אַנדערע ליבעווערטער ווי קושן, אַרומנעמען, גלעטן אאַז״וו. מיר וועלן צוזאַמען לייענען לידער און אויסדרוקן אַרום דער טעמע ליבע. דערנאָך וועלן מיר בעטן דעם עולם זיי זאָלן דערציילן עפּעס אויף ייִדיש וואָס האָט צו טאָן מיט ליבע: אָדער עפּעס וואָס איר האָט איבערגעלעבט מיט ליבע, אָדער עפּעס וואָס איר האָט ליב.
אַלע וועלן האָבן אַ געלעגנהייט צו רעדן און שמועסן אויף ייִדיש אין אַ היימישער, אָפֿענער און פֿרײַנדלעכער אַטמאָספֿער.
דער שמועסקרײַז פּאַסט פֿאַר:
- די וואָס האָבן שוין געענדיקט כאָטש איין ייִדיש־קורס און ווילן פֿאַרשטאַרקן זייער רעדן.
- פֿליסיקע/כּמעט־פֿליסיקע רעדנערס וואָס ווילן זיך באַקענען מיט אַנדערע און שמועסן אויף ייִדיש.
זונטיק, דעם 22סטן פֿעברואַר 2026/ה׳ אָדר תּשפּ״ו
מערבֿ־ברעג: 10:30 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:30 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:30
פּאַריז: 19:30
ישׂראל: 20:30
נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט“ מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם“), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org
- דעם 22סטן פֿעברואַר 2026
- Online Event