שטרײַמל, דזשינס און ליפּנפֿאַרב
Shtrayml, Jeans, and Lipstick
- דעם 6טן יולי 2026
- online
-
online
שטרײַמל, דזשינס און ליפּנפֿאַרב
קומט אויפֿן ייִדיש־ליגע־שמועסקרײַז דורך זום. דעם חודש וועלן מיר רעדן אויף דער טעמע:
קליידער, מאָדע און זיך באַצירן
דאָס מאָל וועלן מיר זיך פֿאַרטיפֿן אין דער וועלט פֿון קליידער, שטאָפֿן, מאָדע און צירונגען. בײַ פֿרומע און פֿרײַע, בײַ מענער און פֿרויען, אַ מאָל און הײַנט, געפֿינט מען שטענדיק קליידער און אַ גאַנצע וועלט מיט ווערטער אַרום זיי. לאָמיר שמועסן וועגן דעם: וואָס טראָגט מען, ווי באַצירט מען זיך, און ווי זאָגט מען דאָס אַלץ אויף ייִדיש?
מיר וועלן אין איינעם לייענען אַ פּאָר קורצע טעקסטן און דערנאָך שמועסן. יעדער וועט האָבן אַ געלעגנהייט צו רעדן. מען דאַרף נישט רעדן קיין פּערפֿעקט ייִדיש. מע דאַרף נאָר האָבן גענוג ייִדיש כּדי אַרײַנצושפּרינגען אין שמועס. אײַער ייִדיש דאַרף נישט זײַן אויסגעפּוצט כּדי צו זײַן לעבעדיק!
מאָנטיק, דעם 6טן יולי 2026/כ״א תּמוז תּשפּ״ו
מערבֿ־ברעג: 10:00 אין דער פֿרי
מיזרח־ברעג: 1:00 נאָך מיטאָג
לאָנדאָן: 18:00
פּאַריז: 19:00
ישׂראל: 20:00
די אָנטייל־נעמונג איז בחינם, נאָר מע דאַרף זיך פֿריִער רעגיסטרירן. נאָכן אַרײַנשרײַבן זיך וועט איר קריגן אַן אויטאָמאַטישן בליצבריוו פֿון „איווענטברײַט” מיטן דירעקטן זום־לינק. טאָמער געפֿינט איר עס נישט, זײַט אַזוי גוט, טוט אַ זוך בײַ זיך אין בליצמיסט־קעסטל („ספּאַם”), אָדער שרײַבט אונדז אויף eli@leagueforyiddish.org- דעם 6טן יולי 2026
- online